06 צס 2118016ש8 ש/0110טק 806נת 85טט 161121המח פום 1

000021100? 210166019 16286ז116

פיט 0

נעסס. 16ט1ס-04100158)ס1מו 1ו1416.00ס-װ1015ץ//:פ1ח

01008608 16049סעק 116110896 106 0

זסן ץ50161 סחווחס 1066טסזט 15 0101101חז 1015 זס 010ז 60006‏ 101ס'זסזווזסס זסי1 צוחס 56ט 50001זסקן 00שס1011 406 01 פו 0001006 16056ט ,56ט זס)ס עחט

:6405 011חזס

נעסס. 16ט?1ס-100158ץ0)ס1מו

ת700002100 01016019 116111296 06 1 0

פיט 2

= יט |וויימלאנד

ליטעראר'ש:קינסטלער'שעף כוידעש-זשורואל

3 :

אָרגאן פון שרײַבעויפארבאנד פון פססר י

דערשײַנט פון 1961

=

פארלאג ,סאַװעטסקי פּיִסאטעל"

מאָסקװוע אװוגוסט

א אאא

א

א

,;סאָוועטיש היימלאנד"--25 יאָר. באגריסונג פונעם סעקרעטאריאט פון דער פארוואלטונג פונעם שרי- בעריפארבאנד פון פססר . . . יי

ארן װערגעליס. א פערטל יאָרהונדערט +-

יעכיִעל שרײַבמאן שורעס ועגן ,סאָװעטיש היימלאנד" און דערציילונגען . . .

יויסעף בורג. וי א רינג אין דער קייט און דערצייקענען . +‏ .

ט ע וו א ג ען. אין דער וועלט ווערט גאָר ניט' פאר- פאנן ‏ + יי קע :

כאָשעווער רעדאקטאָר, איך שיק אײַך דאָ איין ליד מײַנע, בלין אײנע.. לידער פון דאַדע' כי- קינע, פּיניע פּלאָטקיף באָריס מאַ- ושיט ר יה

נאָטע לוריע. טעג אוּן' יאָרן' (אוטאָביאָגראפישע נאָטיצן. פאָרזעצונג) . . . יי

כאום פצאטמוד. לי סיגנויווו?' אי

ר וידנג;אייון ל"ד אן פוליר ‏ + +.. =

בוזי מילער. קלײניקײַטן .

כאָשעװער רעדאקטאָר, איך שיק אײַך דאָ איין ליד מײַנע, בלויז איינע... לידער פון כאיִם גורעי װיטש, מאָטל גרוּװמאן, מאָטל גאָלב- שטײן, מאקס רַיַאנט, מוישע פּענס, דאװיל ברצמכבערב. ; :

יויסעף ראבין א באָכער איז ניט קיין' מיידל :

בראָכע און א רן א אש דער סענטימענטא- {; עי .יי יי" :

אלעקסאנדער ליזען ;אומשטערבלעבקליט'

הערשל פּאָליאנקער. מיט אַדעס שפּאסט מען ניט: א קאָרבן פונעם טעכנישן פּראָגרעס . . .

שירע גאָרשמאן. עלעהיי אן אװטאָביאָגראפיע .

געפונענע מאנוסקריפטן. זיי זײַנען אויך הײַנט מיט אונדז... לידער פון מאָטל גרוביאן מוישע טײף, מאָטל טאלאלאיעװסקי, הירש בלאָשטײן, אװראָם גאַנטאר, = בטסיזא יא + + . יי :

ליטעראטור-קריטיק. ביבליאָגראפיע. פראגן פון קונסט

זא למ ען דיי ן דער צוזאמענבונד פון מיירעס לט . .

מוישע מארגאָלין. ארײנטרעטגדיק אין קומענ- דיקן יאָרהונדערט . .

הירש ר עלעס. וי האלט עס הײַנט מיט' אונדזער מאמעילאָשן . . . .

װעלװל טשערנין ,וועגן זיך און אזוינע, ר אך = = יי יע

כ איִם בי ד ער. זוכן און בי שי יש

װאָס עס זאָגט דער לייענעה . . . יי

יויסעף שוסטער. געקניפּט און געבונדן

יאָר נאָך יאָר (,סאָװועטיש היימלאנד". ציפערן פאקטן) + . 7 7 שיר יי

זעלבסטלערער פון ייָדישׁ * אט א יט

רעזומע (רוסיש, ענגליש, שפּאניש) אאעראנט רת ר א

2 +

.

60 119 4 0 + + *+ -+ 1

112

הויפּט-רעדאקטאָר א. ווערגעליס

רעדקאַלעגיע:

כ. ביידעך (שטעלפארטרעטער פון הױיפּטירעדאקטאָר),

ש. גאָרדאָן, ט. גען,

א. טווערסקאָי, נאָטע לוריע, ב מאניקנער, ב. מילעהת

כ. מעלאמוד, ה. פּאָליאנקער, 2 שוסטער (פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר), י. שרײַבמאן

פאַװעטיש היימלאנד"-פ2 יאָר

באגריסונג פונעם סעקרעטאריאט פון דער פארוואלטונג פונעם שריַבער-פארבאנד פון פססר

08 פינף און צוואנציק יאָר צוריק איז דערשינען דער ערשטער נומער פונעם ליטעראריש-קינסטלערישן זשורנאל ,סאָוועטיש היימלאנד", וועלכער האָט גלײַך דעראָבערט ליבשאפט און אכ" טונג מיצאד די ברייטע קרײַון ייַדישע לײענער בא אונהזגאץ לאנד און אין אויסלאנד.

א גרויסע צאָל ייַדישע פּראָזאיקער, דיכטער, ליטעראטור" קריטיקער, פּובליציסטן טרעט ארויס אינעם זשורנאל מיט װערק, אין וועלכע עס ווערט געשילדערט די סאָוועטישע װירקלעכקײַט, דער אָנטײל פון די ייִדישע ארבעטנדיקע אין דער בױוּנג פון דער קאַמוניסטישער געזעלשאפט. א פעסטע פּאָזיציע פארנעמט דער זשורנאל אין אידעאָלאָגישן קאמף, װואָס די קויכעס פון פּראָגרעט, פּראַלעטארישן אינטערנאציאַנאליזם פירן קעגן דער רעאקציע און בורזשואזן נאציאָנאליזם.

די סאַוועטישע ייַדישע ליטעראטור טרעט ארויס אלס איינער פון די אָטריאדן פון דער פילנאציאָנאלער ליטעראטור אין אונדי זער לאנד, מאָביליזירנדיק די לייענער אף צו פארווירקלעכן די באשלוסן פונעס היסטאָרישן !וששא פארטיי-צוזאמענפאָר.

דער סעקרעטאריאט פון דער פארוואלטונג פונעם שרײַבערי פארבאנד פון פססר באגריסט הארציק די רעדקאָלעגיע, די רע" דאקציע און דעם אװוטאָרן קאָלעקטיוו פון ,סאָוועטיש היימלאנד" און ווינטשט זי װײַטערדיקע דערפאָלגן אין דער ארבעט.

סעקרעטאריאט פון דער פארוואלטונג פונעם שרייבער-פארבאנד פון פססךר

א פערטל יאָרהונדערט..,

דער סאכאקל פון פינף און צוואנציק יאָר ,סאָװעטיש היימלאנד" נייטיקט זיך ניט אין צופּוצונגען:

6 ראָמאנען

9 גרעסערע דערציילונגען (פּאָװעסטן)

8 דערציילונגען און נאָװעלעס

5 פּאָעמעס

0 לידער

8 פּיעסעס

8 ליטעראטור-קריטישע ארטיקלען און ארטיקלען וועגן קונסט.

מע קאַן עפשער נאָר צוגעבן, אז אָט די דאָזיקע אָנזאמלונג פון ליטערארישע װערטן איז גלײַך פון די זשורנאל-זײַטן אריבער אין פּראָזע-ביכער און אין לידער-זאמלונגען. בלויז איין מאַסקװער פארלאג --,סאַװעטסקי פּיסאטעל" -- האָט פאר אָט דער צײַט ארויסגעלאָזט 7 ייִדישע ביכער און 122 ביכער פון ייִדישע שרײַבער אין דער איבערזעצונג אף רוסיש. א גאנצע ביבליאָטעק!

אין דער צווייטער העלפט פון די 80-ער יאָרן, װען אין די מײַרעװ-לענדער האָט מען זיך שוין צוגעװווינט צו לעבן אָן דעם ייִדישן קינסטלערישן װאָרט, ווען דער אלעפבייס איז פארבליבן בלויז בא דער דיסטראָפישער מאָראליש-אָפּגעלאָזענער, ביזן גרונט פארהלושעטער מיט ציעניזם פּרעסע, און סאיז דאָרט, מיט קליינע אויסנאמען, פארשװוּנדן דער פּראָפעסיאָ- נעלער שרײַבער-קינסטלער, -- אין די זעלבע 80-ער יאָרן פארצייכענען מיר א בלי-פּעריאָד אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראטור.

די קומענדיקע היסטאָריקער װעלן אָפּמערקן, אז דער סאָוועטנפארבאנד האָט גערא- טעוועט די ייִדישע ליטעראטור פון אונטערגאנג -- דעמלט, װען זי האָט נאָך געהאט קויעך און ווילן צו פאָרזעצן איר עקזיסטענץ.

מיר זײַנען זיכער, אז דעם שליסל צום העמשעך האָט געפונען דער זשורנאל ,סאָװעטיש היימלאנד", וועלכער האָט פּראָקלאמירט, אז ציִען װײַטער די גאַלדענע קייט פון דער ייִדיי שער ליטעראטור הייסט -- ניט ארומהאווען ארום איר מיט זײַטיקע קאװאָנעס, נאָר שאפן זי און אנטוויקלען מיט נײַע װוערק, אין װעלכע דער לייענער װעט דערקענען זײַן איצטיקן, הײַנט-טאָגיקן נאציאָנאלן, סאָציאלן, שטייגערישן מאצעוו, דאָס רעאלע לעבן פון דער ייִדי- שער נאציאָנאלער סוויווע אינעם פילנאציאָנאלן רעגיאָן פון פעלקער און לענדער.

די באטלאָנים אין די אויסלאנדס, די אױיװערבאַטלדיקע שטאמלער װעגן אזא , ייִדיש- קײַט", װאָס האלט זיך באם אָוואר, װעלן זיך ענדיקן, ווען עס װעט אָנקומען זייער פיזישער

4

סאָף. דער ציִעניסטישער סוינע פון פאָלקס-ייִדיש איז געװאָרן כיטרער און אכזאָריעסדיקער, ער טוט הײַנט זײַן זאך מיט די הענט פון אונטערגעשטעלטע ‏ ייִדישיסטישע" באָבע-יאכנעס, מיט דער הילף פון ,וועלט"-אינסטאנצן פון ענדלייזונג פארן ייִדישן קינסטלערישן װאָרט.

אפן מײַרעװו האָבן באקומען א ברייטע פארשפּרייטונג פארשיידענע פוטוראָלאָגישע קאָנ- צעפּציעס -- ודי פּרוּװון צו געבן פּראָגנאָזן װעגן דער צוקונפט פון דער מענטשהײַט. אָבער די אלגעמיינע שוואכקײַט פון דער בורזשואזער פוטוראָלאָגיע באשטייט דערין, װאָס זי טראָגט אן אוטאָפּישן כאראקטער. דעריבער שטייט פאר אָט די אלע קאָנצעפּציעס דער גוירל פון אײנטאָגיקע שמעטערלינגען. בלויז דער לעניניזם אלס אידעאָלאָגיע פונעם פאָרגעשריטענעם קלאס פון דער עפּאַכע, וועלכער שטיצט זיך אף דער פילארטיקער און דינאמישער דער- פארונג פונעם רעאלן סאַציאליזם, איז די פילאָסאָפיע פון דער צוקונפט.

אינעם לעניניזם שעפּן מיר די ,,פוטוראָלאָגיע" פאר דער ייִדישער ליטעראטור. מיט נײַע הויך-אידיייַשע ווערק װעגן אונדזער צײַט, אָנהאלטנדיק איר פארדינט און אױיסגעהאָרעװעט אָרט אינעם פילנאציאַנאלן פראַנט פון ליטעראטורן, קעמפערנס פאר סאָציאלן יוישער און פּראָגרעס, בלויז אינעם קאמף קעגן פינצטערניש, קעגן נאציאָנאלן צוריקגאנג, בלויז צוזאמען מיט אלע אנדערע נאציאָנאלע ליטעראטורן װעט די ייִדישע נאציַאָנאלע ליטעראטור האָבן איר װײַטערדיקן העמשעך אין די קומענדיקע הויכע צײַטן פון דער מענטשהײַט.

ארן װערגעליס

אלל ר שש ששגעשבשבשבשבשבשבשבשבשבשבשבשבשבשבשבשבשבישישבשרשרעג? קרשבשרשרשרשרשרשישרישרשרשרשרשישרישישישישרערשישישישישישרישישישישישישישישי שי שי שי שיש שיש שלש שי שי שיש שי שיש שי שי שישל אק

,סאַװעטיש היימלאנד" זעצט פאַר די גוטע טראדיציע פון זיינע פאַרגייער. דאָס איז דער בעסטער זשורנאל, װאָס מיר האַרן הײַנט-צו-טאָג אין דער יִדישער װעלט. און דאָס איז נאטירלעך: מיר אין אונדזער לאנד פארמאַגן די גרעס- מע מישפּאַכע טאלאנטפולע יִַדישע פּראָזאיקער, דיכטער, זעזורנאליסטן, קריטיקער, קינסטלער, וועלכע באטייליקן זיך אקטיוו אין אונדזער זשורנאל. אין דעם זשוורנאל איז פארינ- טערעסירט א באדײַטנדיקער טייל פון אונדזער יוגנט. א סאך פון זיי האָרן פריער אפילע ניט פארשטאנען קיין יָדיש. זײ קומען אַן צום זשורנאל אף צו דערלערנען די שפראך און לייענען װערק פון ייִדישע שרײַבער אין אָריגינא?.

ז. װענדראָף

יעכיַעל שרײַבמאן

קלעל שריעקאן

הל

מילאטון

קויע

פֿאַנקץ ‏ . פארלאב. סאַװעטכקי פיסאטעל. = :

שורעס װעגן / סאָװעטיש היימלאנך"

סאיז ניט גלאט א זשורנאל, -- זײַטלעך, שורעס, גרעסערע און קלענערע אויסיִעס און אויסיעלעך, לידער, נאָוועלעס, ראָמאנען, עסייען און ארטיקלען, צייכענונגען, מאָלערײַ- מוסטערן, פאָטאָס, לעבעדיקער רייעך פון פרישצאפּלדיקער דרוק-פארב, אוקעדוימע.

עס מישן זיך ניט גלאט זשורנאל-בלעטלעך. פאר די אויגן בלעטערן זיך ראכוועסן, פעלדער און װעלדער, יאמען און טײַכן, הונדערטער שטעט, טויזנטער דערפער, שורעס-שורעס אָנ- געלאָדענע וואגאָנען אף בלישטשענדיקע באן- רעלסן, פארבײַלויפנדיקע ביימער-קרוינען, באלויכטענע פענצטער, פרויען און מאנצבלען אף טראקטאָרס, קינדער-ראש אין שול-הויפן, פרויען און מאנצבלען אין פאבריקן, אין אינ- סטיטוטן, אונטער די הימלען, מענטשן. מענטשן... מענטשן... אין געציילטע װערטער: דאָס גרויסע און ראכוװועסדיקע סאָוועטישע היימלאנד אונדזערס.

און דאָס סאָוועטישע היימלאנד בלעטערט זיך אין די ראָמאנען, אין די נאָװעלעס, אין די לידער, אף די זײַטלעך און אין די שורעס פון אונדזער זשורנאל, װאָס א נומער זײַנעם קאָן מען האלטן אף איין דלאַניע, און װאָס יעדער נומער באזונדער טראָגט דעם זעלבן גרויסן און ראכװועסדיקן נאָמען: סאָװועטיש היימלאנד.

א נאָמען פון א ליטערארישן זשורנאל גאָר א נײַער. אין די ערשטע טעג זײַנע ניט קיין געוויינלעכער. אז מהאָט אָבער דורכגעלייענט די ערשטע נומערן, איז דאָס געװאָרן דער סאמע געוויינלעכער, סאמע נאטירלעכער, סא- מע װאַרהאפטיקער און סאמע ליטערארישער נאָמען. גלײַך מע װאָלט גאָר דעם זשורנאל אזוי ניט אָנגערופן -- ער איז פון זיך אליין מיטן דאָזיקן נאָמען געבוירן געװאָרן.

װאָס איז, טראכט איך, דער גרעסטער אופ- טו דעם זשורנאלס אין די פינף און צוואנציק

0

יאָר זײַנע? דאָס, װאָס מיר אלע, סײַ די רע- דאקציע און די אװטאָרן, וועלכע שאפן קעסיי- דער דעם זשורנאל, סײַ די לײענער, װאָס לייענען דעם זשורנאל קעסיידער, האָבן זיך אין אים ארײַנגעוואקסן, און ער האָט זיך אין אונדז ארײַנגעוואקסן.

ער איז געװאָרן שטייגער, מאָס, סויווע, נױיטװענדיקײַט.

בלעטערנדיק, אפילע נאָר אין זיקאָרן, אלע אונדזערע געשאפענע װערק פאר די פינף און צוואנציק יאָר, ארײַנטראכטנדיק זיך טאקע אין דעם, װאָס מיר האָבן נאָרװאָס אָנגערופן שטיי- גער און מאָס און סוויווע, געפינען מיר אוואדע גענוג װאָס צו קריטיקירן. א רעד טאָן וועגן מאנגלען, װעגן שוואכקײַטן איז גאָרניט קיין סימען פון שוואכקײַט, פארקערט: סאיז א הע- כערע מאדרייגע פון שטארקײַט -- מיר האָבן דערגרייכט עפּעס הויכס און קאָנען זיך שוין פארגינען זאָגן אף עפּעס אונדזערס ;ניין". נאָר דער זשורנאל איז איצט א יוביליאר. אף א יוביליי לייגט זיך ניט די צונג אָנצורופן כעסרוינעס.

דער זשורנאל האָט אין אונדזער עלטערן לייענער אײַנגעפלאנצט פאר די אלע יאָרן אן אָרגאנישע ליבשאפט צו אים און צו זײַנע אידייען. כ'קען בא אונדז מענטשן, װאָס ציילן אלע סאָף-כוידעש די טעג, דער פּאַָטשטאליאָן זאָל זיי שוין ארײַנברענגען אין שטוב דעם נײַעם נומער; און זיי לייענען יעדן נומער אי- בער, פון טעוועלע צו טעוועלע, ניט געײַלט, פּאַסמאקעװענדיק זיך. מיט גלוסטעניש און אָפּשײַ.

דער זשורנאל האָט אויך אין א יונגן לייע- נער ארויסגערופן כיישעק אויסצולערנען זיך דאָס לאָשן, אף ועלכן מיר שאפן, אינטע- רעס -- אויסצוהערן אונדזער װאָרט, װוערן מיט דער צײַט אונדזער לײיענער.

וי עס ציִען זיך צו דער זון, נאָך א זומער- דיקן רעגן, נײַע יונגע גרעזעלעך, האָבן אדאנק דעם זשורנאל א שפּראַץ געטאָן אין אונדזער ליטעראטור עטלעכע יונגע טאלאנטירטע דער- ציילער און דיכטער, און זיי װעלן, האָפן מיר, זײַן אונדזער העמשעך, שפּינען װײַטער דעם פאָדעם פון אונדזער ייִדיש-סאָװעטישער לֵי- טעראטור-שאפונג.

אין דער געשיכטע פון ייִדישע זשורנאלן איז ביז הײַנט ניט געווען א ליטערארישער כוידעש-זשורנאל פון אזא פארמעסט, װאָס האָט דערלעבט אזא בעקאַװעדיקע עלטער, נאָך מער -- װאָס איז פינף און צוואנציק יאָר קע- סיידער ארויסגעגאנגען אַן דער מינדסטער האפסאָקע, פּינקטלעך, רעגולער, צו דער צײַט, כוידעש בא כוידעש, נאטירלעך און געזעצ- מעסיק, וי אליין די כאדאָשים אפן קאלענ- דאר -- כוידעש נאָך כוידעש, יאָר נאָך יאָר.

אונדז זעט עס אויס פּאָשעט און געוויי- לעך. די רעדאקטאָרס פונעם זשורנאל, די רע- דאקציע-מיטארבעטער, זיי ווייסן גוט, וויפל מי און האָרעוואניע, וויפל זוכענישן, אײַנפאלן, אקשאָנעסדיקײַט, אײבערשאָען, איבערגעמא- טערטקײַט עס איז ארײַנגעלײגט געװאָרן סײַ אין דער פּרעכטיקײַט פונעם זשורנאל, סײַ אין זײַן פינף-און-צװואנציקיאָריקן פּינקטלעכן און רעגולערן ארויסגיין.

יוביליי-טעג זײַנען פונדעסטוועגן אויך סא- כאקל-טעג. װאָס זאָג איך אין די טעג זיך אליין? און מיט װאָס װאַלט איך זיך געטיילט מיט מײַנע נאָענטע כאוויירים שרײַבער? לאָ- מיר באם שרײַבטיש, אנטקעגן װײַסן בייגעלע פּאפּיר, האָבן אין זינען די סאמע בעסטע מוס-

טערן פון דער הײַנטצײַטיקער גרויסער רוסי- שער ליטעראטור. לאָמיר זיך צַיֶען צו זייערע הייכן, װי עס האָבן זיך אין זייער צײַט גע- צויגן צו די הייכן פון די רוסישע קלאסיקער אונדזערע ייִדישע קלאסיקער. ציִען זיך צו הייכן הייסט נאָך ניט דערגרייכן זיי, נאָר אליין אין ציִען זיך איז שוין פאראן דערגרייכונג. אין אונדזער סאָוועטישער געזעלשאפטלעכ- קײַט קומען איצט פאָר גרויסע באנײַונגען, װאָס שפּיגלען זיך, פארשטייט זיך, אויך אָפּ אין דעם אנטװיקלונגס-פּראַצעס פון אלע נא- ציָאַנאלע ליטעראטורן. דער טראָפּ װערט גע- שטעלט אף הויכער קינסטלערישקײַט און טי- פער אידײיַשקײַט. ניט געשטאלטן דאָס לעבן אויבערפלעכלעך, פּוסט, מיט האלבע אָנגע- טראכטע עמעסן. דאָס קינסטלערישע װאָרט דארף געבוירן ווערן אפן פּאפּיר אי מיט זוי- בערער אופריכטיקײַט, אי מיט דער גרעסטער אכרײַעס. אָט וועגן אזעלכע שרײַבערישע אני- מאמינס טראכט איך איצט װידעראמאָל און נאָכאמאָל.

, סאָװעטיש היימלאנד". פינף און צוואנציק יאָר.

איך װויל דערמיט באגריסן אלע מײַנע כא- וויירים שרײַבער אין פארשיידענע שטעט און אונדזער ליבן לייענער אין אלע עקן פון אונד- זער גרויס און ראכוועסדיק סאָװועטיש היימ- לאנד.

לאָמיר דערלעבן דעם זשורנאלס דרײַסיק- יאָריקן יוביליי... פערציקיאָריקן יוביליי... פופ- ציקיאָריקן יוביליי,

דאָס איז א װונטש א צװיענדיקער: סײַ דעם זשורנאל, סײַ טאקע אונדז אלעמען.

דעם זאָקנס נענינע

וועגן זײַן ליב האָבן געזאנג פלעגן אומגיין אין שטאָט לעגענדעס.

סהייסט, ניט וועגן זײַן ליב געזאנג צו הערן, זיצן פארטײַעט בא דער ראדיאָ און זיך קוויקן מיט א גוטן כאָר, ביפראט א קינדער- כאָר, מיט א זינגער צי מיט א זינגערן; דאָס, פארשטייט זיך, אויך. נאָר די לעגענדעס פלעגן אומגיין װועגן זײַן ליב האָבן אליין אמאָל א זינג טאָן; ניט /, אמאָל" און ניט זינג טאָן", נאָר טאקע צעזינגען זיך אף דער גאנצער פּארע, און -- טאָמיד, װען סהאָט אים אָנגע- כאפּט און ווען סהאָט אים אפילע ניט אָנגע- כאפּט, װוען מאיז געווען אופגעלייגט אויסצו- הערן זײַן געזאנג, און ווען מאיז אפילע ניט געווען אופגעלייגט; דעמלט -- ביפראט: אָט װעט ער א זינג טאָן, װעט טאקע אפן הארצן ווערן פרײילעכער; אזוי, אלקאָלפּאָנעם, פלעגט ער, זעט אויס, אליין טראכטן.

,טאָמיד זינגט זיך אים! -- פלעגן מענטשן זאָגן, װער מיט היספּײַלעס און וער א װאָר- טשע טוענדיק, אפילע קרומלעך טוענדיק א שמייכל. -- האָט נאָר איין זאָרג, האָט ער!"

זאָרגן, פארשטייט זיך, זײַנען, דאנקען גאָט, געווען אפן פּוד. אייגענע זאָרגן אָבער פלעגט ער, קומענדיק צו א באקאנטן, פארשטופּן ער- געץ טיף אין א קעשענע צי אינגאנצן זיי לאָזן אינדערהיים. באקאנטע, קיין אײַנהאָרע, האָט ער פארמאָגט א וװעלט. קומען אין די פאר- נאכטן פלעגט ער ווען צו דעם, ווען צו יענעם. טאקע צוליב דעם-אָ זינג טאָן" זײַנעם.

מיט איין האנט אפן הארצן, די אנדערע -- א ביסל אופגעהויבן אין דער הייך, פלעגט ער באלד אף דער שװעל א נייג טאָן דעם קאָפּ, און דעם ‏ גוטן-אָוונט" ניט פּאָשעט זאָגן, װי אלע מענטשן טוען עס, נאָר אויסזינגען אים:

7

גוטן-אָװנט אײַך, כאוויירים. איר זאָלט לעבן און געזונט זײַן!".

דאָס איז ערשט קוים געווען א מין אויס- פּרווון זיך דעם האלדז, א מין אױסגאָרגלען זיך. באלד װעט אוועק א געזאנג נאָך א גע- זאנג. א רוסיש לידל און א ייִדיש לידל, א מאָלדאװיש לידל און אן אוקראיניש לידל. געקענט האָט ער עפשער א מיליאָן לידלעך. אמאַליקע, שפּעטערדיקע, פרישצאפּלדיקע. כ'בין ניט אָרעו, אז ער האָט די ווערטער פון אלע לידלעך גוט געקענט. די מעלאָדיעס אָבער, די ניגונים -- אלע. און פּינקטלעך, איין טאָן זאָל ערגעץ פעלן. מיט די קנייטשלעך, מיט די מעסיקעסן, מיט די אייבערטענער און אונטערטענער, אפילע מיט די מימיקעס, מיט די סטראדאניעס און מיט צעגיסענישן. גלײַך יי עמעצער גאָר א גרויסער מענאגן װאָלט זי מיט אים גוט אײַנגעלערנט, ארײַנגעהױכט זי אין אים, אויסדיריזשירט.

א קאָל צום זינגען, א קיילע, װי מע זאָגט, האָט ער פארמאָגט? מעגלעך -- אמאָל, מיט יאָרן צוריק. איצט, אף דער עלטער, װוען איך האָב אים געקענט, איז שוין דאָס קאָל זײַנס געווען אן אָנגעדרינדזשעטס, א ביסל א פאר- כריפּעטס, סאיז שווער געווען צו באשטימען, צי דאָס איז אמאָל געווען א באריטאָן און מיט דער צײַט איז עס געװאַרן אזא באס, צי דאָס איז קיינמאָל ניט געװוען -- ניט דאָס און ניט יענץ. נאָר א נעגינע פלעגט דאָס דאָזיקע יאָ- קאָל און ניט-קאָל זײַנס ארויסברענגען, גאָר ניט אף קיין קאטאָװועס. דעם, װאָס האָט נע- גינע געפילט, און אפילע דעם, װאָס איז נאָר גרייט געווען צו הערן, האָט דעם אלטנס א זינג טאָן א צופּ געטאַן בא דער נעשאָמע.

נעגינע, אויב איר װילט, איז געװען ניט נאָר אין געזאנג זײַנעם, נאָר אין אים אינ- גאנצן. אָנהייבנדיק פון זײַן געקנייטשטן שטערן, װאָס האָט בעשאסן זינגען ניט גערוט, ערשט איצט גוט זיך געקנייטשט ארוף און אראָפּ, מאמעש װי א הארמאָניע; די אקסלען, װאָס האָבן זיך צעשאַקלט אהין און אהער, אויסגעציילט די טאקטן און די מאָסן, מאמעש װי דער אומרו פון א מעטראָנאָם; די פינגער און זײַנע ביידע הענט, װאָס האָבן צום זינגען צוגעקנאקט, מאמעש װי קאסטאניעטן, -- און ענדיקנדיק אונטן, באם צוטופּען מיט א פוס, װאָס איז געווען אי א צוטופּען זיך צום זיג- גען, אי אן אונטערטענצלען זיך.

א צעזונגנס. האָט אויסגעזען דאָס גאנצע פּאָנעם זײַנס. א צעזונגנס, א צעשײַנטס און א גליקלעכס אפילע אין די האפסאָקעס, צװישן לידל און לידל, ווען דער האלדז האָט זיך שוין אָפּגערוט, געזונגען האָט ער שוין ניט. דער האלדז האָט זיך טאקע אָפּגערוט, נאָר ס'מויל,

8

די ליפּן האָבן פון קיין רו ניט געװוּסט. צװוישן איין לידל און דעם צווייטן האָט ער געשאָטן מיט ווערטלעך, מיט קאלאמבורן, מיט גרא- מען, אויסגעגראמטע טאקע איצטעראאָ, אין פּאַשעטן מיטװאָך צי זונטיק פארנאכט, טאקע דאָ אפן אָרט, אָפּהענגיק, בא װאָס פאר א בא- קאנטן דער קאָנצערט" איז אָפּגעגעבן גע- װאָרן, צוגעפּאסט צום באקאנטנס פּראָפעסיע, צום נאָמען און צו דער פאמיליע דעם בא- קאנטנס און צו די נעמען, אויסגערעכנט אין גראמען, פון דעם באקאנטנס אלע בניי-באיס.

כ/פלעג זיצן און שטוינען. פונוואנען האָט זיך בא דעם דאָזיקן עלטערן מענטשן, דעם פּאַשעטן ייִדן פון א גאנץ יאָר, קאָן מען זאָגן, אזוינס גענומען? סאיז אוואדע מינאסטאם א גילגל, צי, לעכאַלהאפּאַכעס, א פאָדעם פון אמאַליקע טרובאדורן, באדכאָנים, קרעטשמע- זינגער, יאריד-שפּילער, אוקעדוימע פריילעכע קאפּצאָנים. פארװאָס זשע האָט זיך דער דאָ- זיקער גילגל אריבערגעקאטשעט גראָד צו אים? און ויאזוי איז דאַס פאָרגעקומען? און פארװאָס האָט זיך עס אזוי שטארק אָפּגערופן אין אים גראדע איצט, אף דער עלטער? גוט ארײַנגעטראכט זיך אין דעם האָב איך דעמלט ניט. נאָר געטראכט האָט זיך.

לעגענדעס וװעגן דעם אלטנס ליב האָבן געזאנג פלעגן אומגיין אין שטאָט קאָלערליי.

-- אײַ, אײַ. א מענטש זאָל אזוי זײַן פאר- ליבט אין זײַן זינגען. ער האָט דאָך שוין, דאכט זיך, קיין איין צאָן ניט אין מויל. ס'לעבן װאָלט ער אוועקגעגעבן, אבי מע זאָל אים אויסהערן. א קינד. א זאָקן, און א קינד!..

אזוי פלעגן זאָגן יענע, װאָס האָבן עס גע- זאָגט מיט היספּײַלעס, מיט כידעש. די װאָר- טשערס, יענע, װאָס האָבן א טעווע אף אלצ- דינג א װאָרטשע צו טאַן און װועגן אלצדינג זיך א קרים צו טאָן, האַבן דערציילט מיט א געלעכטערל:

-- הערט א מײַסע. א מענטש ליגט אין בעט און פאָכעט מיט דער נעשאָמע. די לע- בער האָט זיך אים צעשפּילט, סהארץ האָט אים אַנגעכאפּט -- עק וועלט. רופט מען, פאר- שטייט זיך, ארויס די גיכע הילף". הייסט דער דאַקטער, וי געוויינלעך, דעם פעלדשער מאכן אים א פּאָר אוקאַלן. דער פעלדשער עפנט אוף דאָס קעסטעלע זײַנס, פײַלט אָפּ בא די אוקאָלן די פיסקלעך, נעמט אָן דעם שפּריץ. און װי נאָר ער גיט א שטעק ארײַן די נאָדל אין װי הייסט מען עס, טוט זיך דער כוילע מעסוקן אזא צעזינג, אז מע קאָן מעשוגע ווערן,. די גאנצע ,ניכע הילף" שטייט און היינט מיט די אקסלע: זע נאָר, אנדערע שרײַען ,אוי", און דער זינגט גאָר. עפּעס נאָר א צעדרייטער, כלעבן. מיילע איז דאָך נאָך

צו דערלײַדן. הערט זשע די מײַסע װײַטער. אז ס'קומט אים אמאָל אַן די גוטע זינגעניש זײַנע און ער װויל, מע זאַל אים אויסהערן -- ער כאלעשט שיר, גייט ער פּאװאָלינקע ארויס אין דרויסן צו דער טעלעפאָן-בודקע, דרייט אָן ,03" און טוט א קרעכץ ארײַן אין דער טרובקע: , האלאָ, כ'בין בא אלע לעצט, קומט, כ'בעט אײַך, באלד צו פאַרן!', און שוין. אין עטלעכע מינוט ארום װעט שוין זײַן א פּוב- ליקע. און ס'וועט שוין זײַן א קאָנצערט. גע- פעלט אײַך אזא שטיקל?

װאָס װאָרטשערס, ניט-פארגינערס קאָנען צונויפשטעלן! נאָר גאָר-גאָר װײַט פונעם עמעס זײַנען די אלע צונויפשטעלעכצן ניט געװוען. דעם אלטנס איבערנאטירלעכע ליב- שאפט א זינג צו טאָן האָבן זיי גראדע גאָר ניט שלעכט אָנגעמאָלט.

נאָך איין זאך האָט ער שטארק ליב גע- האט -- ביכער.

ס'הייסט, ניט ביכער לייענען, נאָר זיצן אי- בער א ביכל אווי-אָ אלטערהייט, האלטן אין דער האנט בא איין אויג דאָס קײַלעכיקע פארגרעסער-גלאָז (דאַס אנדערע אויג האָט אים שוין גאָר לאנג ניט געדינט), די שורעס אין ביכל, שורע נאָך שורע, ניט לייענען -- טרינקען, אָנטרינקען זיך מיט זיי, װוי א דאָרש- טיקער אף די קני בא א קועלכל. דאָס, פארשטייט זיך, אויך. איבערנאטירלעך אָבער פלעגט ער ליב האָבן א נעם טאָן אין דער האנט בא עמעצן אפן טיש א נײַ בוך. דאָס בוך געהיט צעעפענען, אָנשמעקן זיך צוערשט מיטן רייעך פון דער פרישער פארב, ארויס- נעמען דערנאָך פונעם אייבערשטן קעשענקע- לע דאָס זעלבע פארגרעסער-גלאָז, בלעטערן דאָס בוך פון טעוועלע צו טעוועלע, מעסטן די ברײיטקײַט פון די ראנדן אף די זײַטלעך, בא- טראכטן די שריפט, די גרעסערע אויסיעס אין די קעפּלעך, די קלענערע אין טעקסט, בא" קוקן די אָנהייב-אויסייעס און די ענדע-צייכע- נונגען בא די קאפּיטלעך, װידעראמאָל און נאָכאמאָל אויסשטודירן די אָנגעמאָלטע הילע, די פאָדערבלעטער, אָנקװעלן פונעם בוך מיט אזא צעשײַנט און צעזונגען פּאָנעם, גלײַך ער װאָלט געהאלטן אין די הענט דאָס ערשטע בוך אף דער וװועלט, װאָס האָט זיך נאָרװאָס צום ערשטן מאָל אָפּגעדרוקט.

ער ס'האָט א ביסל געקענט דעם זאָקנס ביאָגראפיע, האָט געװוּסט, פונוואנען די דאָ- זיקע בוך-ליבשאפט זײַנע גייט. אין דער שטאָט באלטע, אף יענער זײַט דניעסטער, װוּ ער איז געבוירן געװאָרן, האָט ער ייִנגלװײַז געארבעט אין א טיפּאָגראפיע -- געווען א זעצער. אויס- געוואקסן אין א הינטערגעסל בא אן אָרעמער מאמען, אן אלמאַנע. אין קיין שקאָלעס, פאר-

שטייט זיך, ניט געגאנגען. שוין בא צען-עלף יאָר -- א שיק-ייִנגל אין דער טיפּאָגראפיע. פון זיך אליין אויסגעלערנט זיך מיט דער צײַט לייענען און שרײַבן אי ייִדיש, אי אוקראיניש, אי מאָלדאװויש (,פון זיך אליין" -- אזויפיל קאָלערלֵיי אויסיעס א גאנצן טאָג פאר די אויגן). פּאװאָליע דערגאנגען פון א שיק- יינגעלע, א טרעגער-יינגל, א ייִנגל בא דער האנט, ביז צו די זאצקאסעס. א זעצער אין יענער צײַט האָט וגעהייסן א גאנצער געלערג- טער.

בעקיצער, דאפקע אין הינטערגעסל בא דער אָרעמסטער אלמאָנע איז אויסגעואקסן א באָכער אף מעקאנע צו זײַן. א פריילעכער און לעבעדיקער, דער שײַנדלינג צווישן דעם באל- טער ארבעטער-יונגווארג, דער סאמע אָנגע- לייענטער און סאמע אקטיווער. קרײַזלעך, מא- טאָווקעס, פלוגבלעטלעך -- ניט איין מאָל גע- בליבן אין טיפּאָגראפיע ביז שפּעט אין דער נאכט, קלוימערשט אף אײיבערשאָען, און אף דער ,אמעריקאנקע" אזעלכע פלוגבלעטלעך מיט די אייגענע הענט אָפּגעדרוקט.

ערעוו דער רעװאַליוציע, א זיבעצן-אכצנ- יאָריקער דעמלט, האָט ער א שטיק צײַט גע- ארבעט אין א טיפּאַגראפיע אין אָדעס. דאָס דעמלטיקע ערעװ-אָקטיאבער-אָדעס גוט אײַנ- געזאפּט אין זיך. אומעטום געווען פול. אף פארזאמלונגען און אף קאַנצערטן. אויבן אף דער גאליאָרקע אין דער אָפּערע, און מיט א רוט פענדל אין די הענט אין די גאסן אף דעמאַנסטראציעס. אין פרײַע אָװנטן -- בא א טישל אין לייענזאל, אף לעקציעס, אין שטי- בער בא כאוויירים אפן פּערעסיפּ און אף דער מאָלדאוואנקע.

מיר פלעגט ער ליב האָבן צו דערציילן, ויאזוי ער איז אײנמאָל אין אן אפדערנאכט געווען צוגאסט בא מענדעלען. ארײַנגעקומען, א נייג געטאָן זיך און זיך פאַרגעשטעלט; הא- באָכער האזעצער! מענדעלע האָט זיך צע- שמייכלט, פארבעטן אים זיצן, דער אלטיטש- קער זײַנער געהייסן ארײַנברענגען א גלאָז טיי, אים אָנגעהויבן אויספרעגן דאָס און יענץ, דע- ריקער: פארװאָס דער באַכער האזעצער מאכט, קיין אײַנהאָרע, באם זעצן אזויפיל גרײַזן. דער באָכער האזעצער האָט זיך צעפלאמט, די גרײַזן אָנגעהױבן פארענטפערן, פארטײַטשן. גערעדט און גערעדט װעגן דעם און װעגן יענעם עפשער א שאָ אפן זייגער. דערנאָך, מאָלט אײַך, נאָכן אָפּרעדן, אפילע אָפּגעזונגען מענדעלען א פּאַר לידלעך, אזוי א זינג געטאָן, אז -די--טאפליעס אין מענדעלעס פענצטער האָבן זיך צעקלונגען. ביאליק איז גראדע אין דער צײַט ארײַנגעקומען צו מענדעלען, אוועק- געזעצט זיך בא דער זײַט, אלצדינג שטיל

9

אויסגעהערט, דאָס זינגען, פארשטייט זיך, אויך, און דערנאָך א מאך געטאָן:

-- איר הערט, רעב מענדעלע, אָט דיאָ כעוורע, װאָס שרײַבן ,דערעך" מיט צװײ אײַענס, פארגרײַזן, קומט אויס, דעם דע- רעך, -- װעט זיך עס, דאכט זיך מיר, אזוי אויסדרייען, אז גראדע זייער דערעךר וװעט זײַן דער ריכטיקער.

ער פלעגט וועגן דעם דאָזיקן אפדערנאכט זײַנעם בא מענדעלען ליב האָבן אָפטמאָל מיר דערציילן, יעדעס מאָל מיך א פרעג טאָן ,כ'האָב אײַך נאָך ניט דערציילט?" מעגלעך, אז דאָס איז אויך געװען א לעגענדע זײַנע. א לעגענדע, װאָס ער אליין האָט זי װעגן זיך אויסגעפאנטאזירט. נאָר כ'פלעג קוקן, מיט וויפל האנאַע און צעשײַנטקײַט ער דערציילט דאָס מיר יעדעס מאָל, און איך פלעג דערפון אויך ניט װײניק האנאָע האָבן.

נאָר איין געשיכטע פלעג ער ליב האָבן אָפט איבערדערציילן. וויאזוי ער האָט אין דער צײַט פונעם בירגערקריג, אין קאַטאָװסקיס דיוויזיע, געזעצט און געדרוקט די דיויזיע- צײַטונג. דאָס דרוק-מאשינדל, די זאצקאסע, קעסטלעך שריפט, פּושקעס פארב, פּאפּיר-רו- לאָנען, דאָס רעדאקציע-טישל -- אלץ האָט זיך געפונען אין איין וואגאָנדל. ער פלעגט טעגװײַז שטיין בא דער קאסע מיט דער ביקס לעבן זיך. די אָנדערהאלבן שא אין מעסלעס שלאָפן אין אָנטועכץ. הײַנט האָט זיך דאָס וואגאָנדל אָפּגעשטעלט אף איין פּאָלוסטאנעק, מאָרגן -- אף א צווייטן פּאַלוסטאנעק, אפילע אין די סאמע שווערע שלאכטן האָט די צײַ- טונג געדארפט ארויס צו דער צײַט, און איז ארויס צו דער צײַט. פון ניט-אויסגעשלאַפן- קײַט און מידקײַט פלעגן זיך אים קלעפּן די אויגן, דער קאָפּ פלעג אמאָל א פאל טאָן אף די בלײַענע אויסיעס אין דער קאסע. דאָס בעסטע מיטל זײַנס די מידקײַט ניט צו פילן און דעם גאנעוו דעם שלאָף אָפּצוטרײַבן איז געווען -- שטיין אזוי און באם אָנקלײַבן אָס נאָך אָס אין די קעסטעלעך פון דער זאצ- קאסע צוזינגען זיך. צום אָנהײיב -- שטילער; דערנאָך -- װאָס א מאַל העכער; שפּעטער, אין א פּאַר רויַקע טעג ערגעץ אף א פּאָלוס- טאנעק, איז ער זיך אזוי צעגאנגען, אז פּלו- צעם דערפילט ער, וי הינטער אים שטייט אין דער וואגאָז-טיר קאַָטאָװוסקי און לעבן אים דער קאָמיסאר פון דער דיוויזיע. ער איז, פאר- שטייט זיך, באלד אנשוויגן געװאָרן, א צי גע- טאָן זיך פאר זיי. מאכט קאָטאָװסקי: , זינג, זינג. זינגסט גאָר ניט שלעכט!', און ער טוט זיך א הייב אוף אין וואגאָן, גייט צו צו דער זאצקאסע, צעשמייכלט זיך און גיט א זאָג צום קאָמיסאר:

10

-- זעסט, װי מע זינגט, װען מע זעצט אויס די װערטער ,פּראָלעטאריער פון אלע לענדער, פארייניקט זיך!"

געשיכטעס אף געשיכטעס. כוץ געזאנג און כוץ ביכער, האָט דער אלטער גאָר ניט פײַנט געהאט צו דערציילן געשיכטעס. איין געשיב- טע נאָך דער אנדערער. מהאָט אים נאָר גע- דארפט א פארטשעפּע טאָן. כאָטש זאָגן פלעגט ער, אז געשיכטעס דערציילט ער ניט אבי" וועמען. ער איז מיט זיי מעכאבעד נאָר מיך, עפשער װעלן זיי מיר ערגעץ טויגן.

א געשיכטע, װיאזוי ער איז טאקע דעמלט, אין בירגערקריג, פארװוּנדעט געװאָרן. ס'לעבן זײַנס איז געהאנגען אף א האָר, ער איז שיר ניט געבליבן אָן ביידע אויגן, עטלעכע יאָר קעסיידער געפאָרן היילן זיך קיין מאָסקװע, אין בעכטערעווס קליניק, און מהאָט אים ארױיסגעשלעפּט, געשטעלט אף די פיס. א גע- שיכטע, װי ער האָט שפּעטער, אין באלטע, כאסענע געהאט; דאָס װײַב זײַנס, א פּראָסטע נייטערן אין אן ארטעל, האָט מען אין יענע יאָרן ארויסגערוקט אלס פאָלקס-ריכטער אין א ייִדישן געריכט דעמלט אין באלטע. באל- טער געשיכטעס ביז דער מילכאָמע, מילכאָ- מע-געשיכטעס און עוואקואציע-געשיכטעס. די געשיכטע, ויאזוי ער האָט זיך נאָך דער מילכאָמע באזעצט אין קעשענעוו. די געשיכ- טע ועגן ביידע טעכטער זײַנע און וועגן אן אייניקל זײַנס, לידאָטשקע, דעם זיידנס אי" ניקל, פלעג ער זאָגן, װאָס גייט אפן זיידנס וועג, װעט אינגאנצן זײַן ער, און װאָס ער האָט ליב, פלעג ער זאָגן, װי דאָס לעבן.

אונדז האָט דערװײַל נאָר אינטערעסירט די געשיכטע װעגן דעם זיידנס ליב האָבן געזאנג. אין דער טיפער עלטער איז דאָס געבליבן די שטארקסטע ליבשאפט זײַנע. ניט צו פארמי- נערן דערמיט, פארשטייט זיך, לידאָטשקען, װאָס האָט װוידער א שײַכעס צו נעגינע, צום זיידנס געזאנג.

איינמאָל האָב איך אים אָפן א פרעג געטאָן:

-- װאָס איז דער סייכל דערפון, װאָס אומעטום זינגט איר, װאַס טאָמיד זינגט זיך אײַך אזוי?

ער האָט אף מיר א קוק געטאָן, װי ער װאָלט מיך אָנגעקוקט דורכן פארגרעסער-גלאָז זײַנעם, מיט אזא כידעש, גלײַך איך װאָלט אים פּלוצעם פארגעבן א קאשע, פארװאָס בא- טאָג איז באטאָג און באנאכט איז באנאכט. ער האָט זיך א ביסל פארלוירן, דאכט זיך, אפילע א ביסעלע זיך באליידיקט, א רעגע א קלער געטאָן און זיך דערנאָך אזוי אָנגערופן:

-- כזועל אײַך זאָגן דעם עמעס, פון אײַך הערן אזא פראגע האָב איך זיך ניט געריכט. איר האָט דאָך אָבער שוין געפרעגט -- פאר-

פאלן, מוז מען אײַך עפּעס ענטפערן. הערט זשע. סאיז א פּראָסטער סייכל: כ'האָב ליב צַו זינגען, זינג איך.

בעפיירעש, פארפאלן. נאָר, אז כ האָב שוין אָנגעהױיבן, האָב איך זיך שוין ניט געלאָזט:

-- יאָ, אָבער ליב האָבן האָט מען דאָך ליב, װוייסן מיר, מיט א פארװאָס.

ער האָט זיך צעלאכט. לאכנדיק, אין דער מיט א גאָרגל געטאָן זיך;

-- איך זינג אָן פילאָסאָפיעס. ס'זינגט זיך מיר, זינג איך. אז מע טוט עפּעס א זאך און מ'האָט דערבײַ אין זינען די פילאָסאָפיעץ, פאר- װאָס מע טוט עס, טויג עס אף קאפּאָרעס. אויב איר װוילט אָבער דאפקע יאָ הערן פילאָ- סאָפיעס, װעל איך אײַך באלד געבן פילאָסאָ- פיעס אויך. אוואדע איז אין אלצדינג דאָ א פארװאָס. אפילע א גענעץ טוט מען ניט אָן קיין פארװאָס...

און ער האָט זיך צערעדט, צעפלאמט, אזש פארקאטשעט די ארבל בעשאסמײַסע. כ'גיב איבער די רייד זײַנע בעקיצער, וויפל סאיז מעגלעך -- געפּרעסט, בלויז דאָס טאמציסדי- קע אין זײַן לאנגן מאָנאָלאַג:

-- ליב האָבן, שטארק ליב האָבן עפּעס, דאָס אָדער יענץ, אָדער אלצדינג ארום זיך, דאָס, װאָס דו טוסט, און דאָס, װאָס דו בא- שאפסט, יענץ, װאָס דו האָסט שוין אָפּגעטאַן, און דאָס, װאָס דו דארפסט ערשט אָפּטאָן, ליב האָבן דעם גאנצפרי און דעם פארנאכט, די זומערס און די ווינטערס, די סטעזשקעס, אף וועלכע דו טרעטסט, דעם נאַָענטסטן דײַנעם פרײַנט, מענטשן ביכלאל, ביכלאל שטארק ליב האָבן, -- אלץ גייט פון איין גרויסער ליב- שאפט, װאָס מע רופט עס אָן ,ליב האָבן דאָס לעבן". פון מײַן בײַשפּיל ווייס איך, אז דאָס לעבן האָט מען גאָר שטארק ליב אין צוויי צײַטן: װען מע איז נאָך יונג, און דערנאָך, נאָך שטארקער, ווען מע איז שוין אלט. מײַן בײַשפּיל איז, פארשטייט זיך, ניט קיין בײַ- שפּיל פאר יעדן. נאָר מיר דאכט זיך, אז אפילע דער, װאָס קרעכצט און האָט א טעווע פון אלצדינג אוועקצומאכן, אלצדינג ארום זיך צו באקרעכצן, טראכט אינװייניק אין זיך אויך דאָס זעלבע: אוי, איז דאָס לעבן שיין! ער פארגינט זיך עס פּאָשעט ניט ארויסצוריידן. ערשט איצט, אף דער עלטער, פיל איך, װי טײַער סאיז מיר יעדער טאָג, יעדע שֹאָ און יעדע מינוט. װי דאָס לעבן ארום אונדז איז שיין אפילע מיט די מאנגלען, מיט די הארצ- וייטיקן, אפילע מיט די קאָלערלײי מיעס- קײַטן. יעדע באשעפעניש היט דאָס לעבן, װי דאָס אויג אין קאָפּ, און זינגט צו דעם א לויב, וי קורץ דאָס לעבן זאל ניט זײַן. דאָס שמע- טערלינגל, אשטייגער, זשומעט ארום דער

שײַן פונעם לעמפּל נאָר איין נאכט, און דאָס דאָזיקע זשומזשען איז הוילע נעגינע, היל געזאנג. און װאָס איז דען דעם שטומען פישס פּליעסק אין וואסער, ניט קיין גוואלדיקער כיישעק א זינג צו טאָן? דאָס פייגעלע בא- זינגט דאָס לעבן מיט א פּישטש, די קראָ -- מיט איר קרא, דער אָדלער -- מיטן פּאטש פון זײַנע פליגל, די מוראשקעלעך -- מ'ט זייער האוועניש. נו, און װאָס טוט דען דער בוים, װען ער צעשורשעט זיך מיט זײַנע בלעטלעך? און דער וואלד בעשוטפעס מיטן ווינט? און דער רעגן אפן דאך? כ'שמועס שוין ניט, ויאזוי דער דונער צעגאָרגלט זיך, װי עס צעזינגען זיך די ריטשקעלעך. האָרכט אײַך גוט אײַן! יעדער קלאנג און יעדער שאָרך איז א לויב דעם לעבן, א געזאנג דעם לעבן און גיט אונדו, לעבעדיקע באשעפעניש, א שעפּטש: היט עס!.. היט עס!.. באזינגענדיק דאָס לעבן, באשיצן מיר עס און היטן עס. איר באזינגט עס מיט דער פּען, א צװײיטער -- מיט א דאָלעטע, א דריטער -- מיט א דירי- זשאָר-שטעקעלע, א פערטער און א פינפ- טער -- מיט א האמער אין דער האנט, מיט א שפּאקטיוול באם אויג, מיט דער טראסקערײַ פון א טראקטאָר, מיטן רויש פון מאַטאָרן אף דער ערד און אפן הימל. אלצדינג ארום אונדז איז שירע, איז נעגינע. איך, דער אלטער מענטש, מיט די עטלעכע צענדליק אָפּגעלעב- טע יאָרן אף די פּלײצעס, מיטן װײַסן קאָפּ און מיטן אָנגעדרינדזשעטן באס מײַנעם אף דער עלטער, באזינג אויך דאַס לעבן. מיר זינגט זיך אויך שטענדיק. איצטער נאָך מערער, וי פריִער. און כ'האָב ליב, אז מענטשן הערן מיך. און כ'זויל טאקע, מע זאָל מיך הערן. קומט מיר עפּעס דערפאר? קומט מיר גראדע פון אײַך אזא פראגע, הא? איר האָט דאָך אָבער שוין געפרעגט, איז נאט אײַך דעם ענטפער. ט'האָט איר דעם גאנצן סייכל דערפון. סאיז, דאכט זיך, גאָר א פּראָסטער סייכל, כאווערל, ניין?

כ'בין ‏ געזעסן, געדענק איך, און אויסגע- הערט דעם אלטנס א ביסל צו באריידעוודיקן און צו פּאטעטישן מאָנאָלאָג מיט דער זעלבער קאװאָנע, װי איך פלעג טאַמיד אויסהערן די לידלעך זײַנע, זײַנע וערטלעך און גראמע- רײַען, זײַן דערציילן געשיכטעס.

ער פלעג זיצן בא מיר אין שטוב, אָנגעטאַן אין זײַן אלטמאָדישן, צו לענגלעכן און צו ברייטלעכן רעקל; דער קאָלנער פונעם העמד, אויבן באם האלדז -- צעשפּיליעט, װי בא א יונגערמאנטשיק; אף די אויגן -- א פּאַר טו- קעלע זון-ברילן, װאָס האַבן סײַ באטאָג אף דער זון, סײַ אין אָװנט באם עלעקטרישן לעמפּל, באשיצט דאָס אינע, שין אויך שוואכלעכע, אויג זײַנס קעגן א שטארקער שײַן.

11

אָט זע איך אים איצטער פאר די אױיגן א לעבעדיקן, אויך אזוי-אָ זיצן דאָ אנטקעגן מײַן טיש. די ברילן האָט ער אױיסגעטאָן, האלט זי אין ‏ א האנט, דיריזשירט זיך, דאכט זיך, צו מיט זיי. צי ער זינגט מיר עפּעס, צי ער דער- ציילט מיר עפּעס, צי ער הערט גאָר, װאָס איך דערצייל -- סײַװיסײַ זע איך פאר זיך דאָס שטענדיק צעשײַנטע און שטענדיק צעזונגענע פּאָנעם זײַנס.

איידער איך שטעל אװעק באם סאָף פון דער נאַװועלע די דרײַ װערטער, װאָס בעטן זיר שוין דאָ, װויל איך אַנציײיכענען נאָך איין קליין שטריכעלע צום זיידנס געשטאלט.

מײַן זונעלע איז נאָך דעמלט געווען גאָר א קליינער, עדשט געגאנגען אין דריטן צי אין פערטן קלאס. ער פלעגט פון דער מוזיק-שול זײַנער ארײַנפאלן אין שטוב א פארפלאמטער מיטן פּיצעלע פערטל-פידעלע אין הענטל. דעם

איינער צװישן

-- האלאַ, איר הערט מיך? די גאזעטע ,מאָסקאָווסקיע נאָװאָסטי" זעט איר אמאָל? זי פארקויפט זיך דאָ אין אלע קיאָסקן. נאָר צו מײַן מאזל איז גראדע אפן לעצטן נומער געקומען, װי מע זאָגט, אן אויסכאפּעניש, מ'האָט אים באלד צעכאפּט. מײַן סאשע איז אױסגעלאָפן די גאנצע שטאָט און קוים גע- פּאקט איין גאזעטע אף ענגליש און איינע אף פראנצויזיש. זי גייט דאָך ארויס אף עטלעכע שפּראכן, גייט זי ארויס. האלאָ! פארװאָס זשע פרעגט איר מיך ניט, װאָס פאר א מעכוטן מײַן סאשע איז מיט דער ,מאַסקאָװסקיִע נאָװאָס- טי"? מאָלט אײַך -- מיטן לעצטן נומער שוין גאָר א גרויסער מעכוטן. דאָס מיידל זײַנס, די קאָמסאַָמאָלקע, נו, די סקולפּטור זײַנע, איר קענט זי דאָך, האָט מען אף דער אויסשטעלונג אין מאָסקװע אָפּגעפאָטאַגראפירט און די גא- זעטע האָט זי אָפּנעדרוקט אין סאמע אױבנאָן, אָנגעשריבן אונטער איר: ,אלעקסאנדער כאימ- זאָן, א יונגער סקולפּטאָר פון קעשענעוו". אײַך דארף איך ניט דערציילן, װאָס פאר א יאָמ- טעוו סאיז בא אונדז אין שטוב. איר פאר- שטייט? -- פון אלע צוויי טויזנט ארבעטן, װאָס זײַנען געווען אף דער אויסשטעלונג, האָט מען אויסגעקליבן מײַן סאשען, מײַן סאשעס קאָמ- סאָמאָלקע. אײַך דארף איך קיין סאך ניט ברײַען, װאָס דאָס הייסט און װאָס פאר א פרייד דאָס איז. װאָס זשע טוען מענטשן אין אזעלכע פאלן? מע טיילט זיך מיט גוטע- פרײַנט, מיט באקאנטע, ניט אזוי? בא מיר

12

זיידנס גוטברודערשאפט מיט מײַן זונעלע האָט זיך באזונדער ניט געװאַרפן אין די אויגן. גע- וויינלעך, װי אלטע לײַט קענען: װוּ האלטסטו שוין ערגעץ? בעטהאָווענס קאָנצערט שפּיל- סטו שוין, הא? אוקעדוימע. ווען די לערערן האָט מײַן זונעלע פארגעבן אהיים אָנשרײַבן דעם ערשטן , ליטערארישן" כיבער אף דער טעמע ,מײַן בעסטער כאווער", האָט דאָס זו- נעלע מײַנס אָפּגעהאָרעװעט עטלעכע טעג, צעקײַט דאָס הענטלפּען און פארשריבן אין זײַן העפט גאנצע פיר זײַטלעך. װער זשע, מיינט איר, איז אין מײַן זונעלעס כיבער גע- ווען דער בעסטער כאווער זײַנעד? ער, דער זיידע.

ניט אומזיסט, אפּאָנעם, האָבן יענע, װאָס פלעגן אים באגעגענען אף זייערע שװעלן מיט היספּײַלעס, געזאָגט: א קינד. א זאָקן, און א קינד! קאָװעד זײַן אָנדענק.

צוויי טויזנט

אָבער קאָן דען עפּעס אָפּגײן גלאט? איך מעג דען פון א יאָמטעו האַבן פארגעניגן? טװעט איר באלד הערן. זעץ איך זיך, הייסט עס, אוועק באם טעלעפאָן, עפן אוף דאָס ביכעלע מײַנס און הייב אָן קלינגען. ס'ערשטע קלינג איך אָן מײַן מאנס, אָלעוװוהאשאָלעם, אן אלטן גוטן-ברודער, אויך פון אונדזער שטעטל, אן אונגענער. אזוי און אזוי, זאָג איך, אף א מאָסקװער אויסשטעלונג, מײַן סאשעס א סקולפּטור, האָט די גאזעטע ,מאָסקאָװסקיִע נאָװאָסטי", א גאזעטע אף עטלעכע לעשוינעס, אָפּגעפאָטאָגראפירט אין סאמע אױבנאָן, אָפּ- געדרוקט אונטער איר: , אלעקסאנדער כאימ- זאָן, א יונגער סקולפּטאָר פון קעשענעוו". מאכט דער גוטער-ברודער מײַן מאנס דורכן טעלע- פאָן: ,בע, װאָס זשע האַט ער דערפון, סא- שע?". ,װאָס הייסט, זאָג איך, װאָס ער האָט דערפון? אלצדינג האָט ער דערפון. צװישן צוויי ‏ טויזנט ארבעטן אף דער אויסשטעלונג האָט מען אויסגעקליבן אים איינעם, מײַן סא- שען. איר ווייסט, זאָג איך, װאָס דאָס הייסט?" מאכט ער: ,נו, און קלינגערס וויפל באקומט ער דערפאר?" ,װאָס-װאָס, זאָג איך, געלט? ווער רעדט פון געלט? סאיז דען דאָ, זאָג איך, דאָס געלט אף דער װעלט צו באצאָלן פאר אזא זאך? ווען מע שיט מיר, זאָג איך, אָן א פולע שטוב מיט מיליאָנען, פארקויף איך דען עמעצן אזא זאך?" טוט דער גוטער-ברודער מײַן מאנס א מאך דורכן טעלעפאָן , בע-ע-ע", אז די הענט הייבן מיר אזש אָן ציטערן. כ'גיב

א שמיץ די טרובקע, בלײַב זיצן אפן בענקל און הייב אָן רעדן מיט זיך אליין. געשיקט זיך, זאָג איך, אז נאָר א מאמע קאָן אזא זאך פילן און פארשטיין? כ'בין, דאכט זיך, ניט מער, װי א פּאַשעטע שנײַדערקע. עמעס, כלײג אמאָל אין א קליידל אויך ארײַן אי שײנקײַטן, אי נעשאָמע. אז מע װויל גוט, גייט טאקע סא- שע פונדאנען-אָ, פון מיר. נאָר װען סאיז אפילע ניט אזוי, און ווען מהאָט אפילע ניט קיין געפיל צו אזעלכע זאכן, רעדט מען, פרעג איך, אזעלכע רייד, מאכט מען אזוי אװװועק געלט-שמעלט, בע-מע? האלאָ, איר הערט מיך? האקלאל, כ'האָב זיך א ביסל צוריק בא- רויִקט, געקומען צו-זיך און צעעפן ווידער דאָס סייפערל מײַנס מיט די טעלעפאַנען. כ'קלינג אָן א געוועזענער כאווערטע מײַנער. מיר האָבן זיך שוין טאקע לאנג ניט געזען, נאָר געווען אמאָל גוטע כאװוערטעס, פלעגן זיך פריער אלע טאָג זען. , פּעסיע, זאָג איך, א גוט-מאָרגן, װאָס טוסטו, װאָס הערט זיך עפּעס גוטס בא דיר? װייסט, זאָג איך, ס קומט מיר א גרויסער מאזלטאָוו. מײַן סאשעס א סקולפּטור, א יונג מיידל, א קאָמסאָמאָלקע, א גאָלדן קינד, אויס- געהאקט פון איין שטיק מארמאָר, אלע אייוו- רים אױסגעטאָקט, זאָלסט אָנקוקן, זאָג איך, א האלדז, א קאָפּ האָר, א פאריסן נעזל. אלצ- דינג מאמעש לעבט. האַט מען די סקולפּטור, זאָג איך, גענומען בא מײַן סאשען קיין מאָסק- ווע אף אן אויסשטעלונג. גאָר א ראָסקאַשנע אויסשטעלונג, עטלעכע גרויסע זאלן, צוויי טויזנט ארבעטן פון אלע עקן לאנד צעהאנגען אף די ווענט און צעשטעלט אין אלע ווינקלען אפן פּאָל. קומט מען, זאָג איך, אין א טאָג פון דער גאזעטע ,מאָסקאָװסקיע נאָװאָסטי" און מע קלײַבט אויס פון אלע צוויי טויזנט זאכן מײַן סאשעס קאָמסאָמאָלקע, מע נעמט און מע פאָטאָגראפירט זי אָפּ און מע דרוקט זי אין דער גאזעטע אין סאמע אױבנאָן, אונטערגע- שריבן: ,אלעקסאנדער כאימזאָן, א יונגער סקולפּטאָר פון קעשענעוו". לאָזט מיך די כא- ווערטע מײַנע אפילע רעכט ניט אויסריידן און טוט צו מיר א מאך דורכן טעלעפאַן: ,בעטיע, וײיסט, װאָס כ'על דיר זאָגן, כזואָלט דיר גיכער אָפּגעגעבן א מאזלטאָוו, ווען דו דערציילסט מיר שוין אמאָל, אז דײַן סאשע האָט דיר ארײַנגעבראכט אין שטוב עפּעס א װױילע שנור. ס'איז שוין לאנג צײַט, ער איז שוין ניט קיין קאַקעלע, דײַן סאשע". א שטאָך! ארײַן מיט די פינגער גלײַך אין די ריפּן ארײַן! זאָג איך: , פּצסיע, א שנור איז טאקע א שנר. כװאָלט עס אוואדע אויך שוין געװאָלט דער- לעבן. נאָר ווייסטעך, זאָג איך, הײַנטיקע ייִנג- לעך. ער וויל נאָר אזוינס, סזאָל אים זײַן צום הארצן, ער קלײַבט. סזועט, מירטשעם, קומען

די צײַט, װעט ער זיך זײַנס אױיסקלײַבן, ער װעט ניט בלײַבן קיין באָכער. װאָס קער זיך אָבער אָן יענץ מיט דעם? איך זאָג דיר לאָקש, זאָגסטו מיר בוידעם. האָסט כאָטש געהערט, װאָס כ'האָב דיר דערציילט? איך דערצייל דיר וועגן א פרייד מײַנער, מײַנעם א גרויסן יאָמ- טעוו, ענטפערסטו מיר מיט א שטאָך'. מאכט זי ,איך דיר מיט א שטאָך? עפשער האָסטו מיר נאָר געגעבן א שטאָך? יענץ מיט דעם, מאכט זי, קער זיך אָן אייגענע קרויווים. ווען ער פליט ניט, סאשע, אזוי הויך אין די הימ- לען ארײַן, װאָלט ער שוין פון לאנג געוען כאסענע געהאט און דו װאָלסט שוין פון לאנג געהאט נאכעס אין אים. סװואָלט זיך שוין גע- מעגט אומדרייען בא דיר אין שטוב אזא גאָלדן אייניקל, װי דו האָסט מיר נאָרװאָס אָפּגץ- מאָלט". הערט, הערט װערטער! א צימבל גע- טאָן מיר די סאמע אָנגעדרינדזשעטע סטרונע! דאָס הארץ האָט מיר אזש אָנגעהױבן ברעכן. כ'האָב װוידער א שמיץ געטאָן די טרובקע און זיך אזוי צעוויינט, אזוי צעראַיעט, נאָר װי א מעשוגענע. סאיז נאָך א גליק, װאָס סאשע איז דערבײַ ניט געװען. אױסגעראָיעט זיך, טראכט איך: ניין, כ'מוז איר אויך עפּעס ענט- פערן. טו איך ווידער א דריי אָן דעם טעלע- פאָן און טו איר א זאַג: ,הערסט, פּעסיע, צוישן אזא קאָמפּאניע, מיט אזעלכע כאווער- טעס און אזוינע גוטע-פרײַנט, װי מײַנע, װועט זיך מײַן סאשע ניט אױסקלײַבן קיין באשער- טע וויפל ער װעט לעבן, ער זאָל אפילע פאר- בלײַבן אן אלטער באָכער ביז אין טויט ארײַן". מאכט צו מיר פּעסיע דורכן טעלעפאַן מיט א פארשנורעוועט מײַלכל: ,אז מע וויל זײַן איי- נער צװישן צוויי טויזנט, װעט מען דעמלט כאסענע האָבן, ווען איך װעל צוריק װערן א מויד". געפעלט אײַך מענטשן, הא? װאָס איז דאָס, כ'בעט אײַך: קינע, פארגרעבטקײַט, צִי דער רועך ווייסט װאָס? נאַר איך בין אין דעם אליין שולדיק, װוּהין האַב איך זיך אזוי צע- קלונגען. װוּהין? אײַך געדארפט דעם ערשטן אָנקלינגען. איר ווייסט דאָך גוט, װאָס פאר א פריייד און װאָס פאר א נאכעס דאָס איז. ס'הייסט, וען מײַן סאשע זעט מיך אזי-אָ זיצן באם טעלעפאָן, װאַלט ער מיר געמאכט יענעם באָרעכהאבע, פארװאָס איך צעפּויק איבער דער גאנצער שטאָט, פארװאָס איך בא- רים זיך. גיי בארים זיך ניט. גיי דערצייל עס ניט. ס'איז עפּעס א קלײניקײַט? אײַ די דאַ- זיקע גוטע-פרײַנט מײַנע -- נאראָנים, אוואדע נאראָנים. זײַ א בעריע און טאָלקעװוע זיי פּינקטלעך אויס, װאָס מ'האָט דערפון. נאָר האָבן עפּעס ווילן זיי. אז האָבן זאָלן זיי שוין, כזויל ניט זאָגן װאָס... מערער א ביסל סייכל, טאטע זיסער. האלאָ, איר הערט מיך?

יויסעף בורג

45

דאָס לעבן גייש װײַטסער

;. 8 21

ד צר צי

פאלדא;

װי א רינג אין דער קֵייט

א פערטל יאָרהונדערט!

דאָס ערשטע פערטל זינט דער פּרעכטיקער הייכל, װאָס רופט זיך ,סאַװעטיש היימלאנד", האָט גאסטפרײַנטלעך און ברייט צעעפנט זײַנע טויערן.

א יאָמטעװ אפן קאלענדאר פון דער ידי- שער ליטעראטור!

איז דער יאַמטעװ בעעמעס א געהויבענער, און ער דארף באזונדערס פארצייכנט װערן אין זײַן ליכט שײַנען אוף די שעפערישע טוּוג- גען. עס װערן קלאָר די װײַטערדיקע פּלענער פאר שטארקונג און אנערקענונג פון דער ייִדישער ליטעראטור.

איך לויף דורך אין געדאנק די יאָרן װאָי גיקע, גרויסשעפערישע. אאָרן, װאָס פאר- קייטלען זיך װוי רינגען אין א קייט. און איך זע פאר זיך דעם גאנצן ליטערארישן װעגו וועלכן דער זשורנאל האַט דורכגעמאכט פאר דער צײַט -- דעם װעג אין זײַן ברײיטקײַט און װײַטקײַט.

מיטאמאָל כאפּ איך זיך, אז איך האָב נאָר- װאָס אַנגעשריבן: , דאָס ערשטע פערטל", און איך פרעג זיך אליין;

-- צי דען טאקע װעט זײַן נאָך א צווייטס, א דריטס?.. צי װעלן זײַן די יאָרשים, װאָס זאָלן אָנהאלטן די אָפּנקײַט פונעם טויער?

קוים האָט דער אויסטערלישער געדאנק א בלענד געטאָן פאר די אויגן, װי איך האָב זיך באלד דערמאָנט אין פארגעלטע זײַטלעך פון אן אלטער צײַטשריפט מיטן נאָמען ייִדישע וועלט", וועלכע איך האָב דאָ ניט לאנג גע- בלעטערט, און עס האָבן, װי א װידערקאָל פון א װײַטער, װײַטער צײַט, זיך אָפּגערופן אזעל- כע שורעס:

,..די פּראָבלעם רופט ארויס א מאָרעשכױ- רע בענעגייע דעם צוייטן דאָר, װאָס װעט

14

קומען נאָך אונדז. צי װעט ער עפּעס װיסן, צי װעט ער עפּעס װעלן וויסן פון ייִדיש? צי זײַנען מיר ניט דער לעצטער ייִדיש-רעדנדי- קער דאָר?"

דאָס איז געזאָגט געװאָרן אין אָנהײיב פון אונדזער יאָרהונדערט, אין דער פרילינגצײַט פון דער ייִדישער ליטעראטור, אין דער זעל- בער צײַט, וען פון טשערנאָװויץ האָט פײַער- לעך און דערהויבן אָפּגעקלונגען פּערעצעס קישעפדיק װאָרט, װאָס האָט אָנגעזאָגט:

-- ייִדיש איז די שפּראך פונעם פאָלק!

אויך שפּעטער, אין די װײַטערדיקע יאָרן, האָבן מיר ניט איין מאַל געהערט:

-- פאר וועמען שרײַבן מיר? מיר פרעגן זיך מיט אנגסט און נאָסטאלגיע: צי עקזיס- טירט נאָך א ייִדישע ליטעראטור?

יאָ, שוין יאָרן און יאָרן, אז מע זאָגט אָפּ דאָס לעבן דער ייִדישער ליטעראטור. צו איר לויב אָבער דארף באטאַנט װערן, אז די אלע רייד פון די קאדישזאָגער האָט זי מיט ווירדע מעוואטל געמאכט. די אוועקגעשטעלטע פרעג- צייכנס האָבן זיך ארויסגעוויזן פאר איבע- ריק -- דעם ענטפער גיט דאָס לעבן.

צוהערנדיק זיך צו די אלע שײַלעס און ספייקעס און ארײַנטראכטנדיק זיך אין דער דערשײַנונג גופע, קומען מיר צום אויספיר, אז די צוקונפט פון דער ייִדישער ליטעראטור איז געװוענדט אין אונדז אליין.

זיידע מיט א טיף-געקארבט פּאָנעם, צייכנס פון א סאך דערפארונגען און לעבנס- דערקענטענישן, לערנט מיט זײַן איניקל ייִדיש. דער ייִד איז מײַנער אן אלטער גוטער- פרײַנט, איינער פון יענע קולטור-טוער, װאָס זעען אין ייִדיש א פּראַגרעסיון קויעך. איך קום אָפט ארײַן צו אים און הער, װי געשמאק דאָס צעניאָריקע באָכערל לייענט עליעזער

1*

שטיינבארגס מעשאָלים, די זעלבע, װאָס האָבן אויך מײַן קינדהײַט באגלייט.

איך ווייס, אז בא א סאך יונגע מענטשן איז דער כיישעק צו יִדיש א גאנץ היפּשער. אין װאָלגאָגראד האָב איך זיך באקאנט מיט א יונג פּאָרפאָלק, ביידע אינזשעניערן, װאָס ווארטן אף יעדן נומער , סאַװעטיש היימלאנד" מיט אופגעלויכטענער וארעמקײַט און לִיב- שאפט. אין לענינגראד האַט א סטודענט, װאָס האָט אויסגעלערנט ייִדיש, זיך געקלאָגט פאר מיר, אז אים פארדריסט, האלעמײַ זײַנע עֹל- טערן האָבן עס ניט אײַנגעפירט נאָך אין זײַן קינדהײַט. ער האָט מיר אין א צײַט ארום צוגעשיקט א בריוועלע, און די ייִדישע ווער- טער זײַנען פול געווען מיט שטיל געזאנג..

א פערטל יאָרהונדערט... בא אונדזערע בא- דינגונגען איז עס א גאנצע טקופע פון ייִדישן שאפן, וועלכע שטעלט מיט זיך פאָר דעם הײכפּונקט אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראטור. אין מעשעך פון דעם פערטל יאָר- הונדערט האָט די שעפערישע סויווע ארום ,סאָװעטיש היימלאנד" אָנגעזאמלט אויצרעס. צענדליקער און צענדליקער שרײַבער, יעדע- רער אף זײַן שטייגער, האָבן פאר דער צײַט געשאפן ראָמאנען, דערציילונגען, לידער, פאר- קערפּערט אין זיי דאָס ייִדישע לעבן. אדאנק דער אָרגאנישער פארבינדונג צװישן דעם זשורנאל און דעם שרײַבער, זײַנען ניסגאלע געװאָרן קינסטלערישע שאפונגען, װאָס מיט זייער פארנעם שטעלן זי פאָר גרונטװוערק אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראטור,

דער שרײַבער איז א פּראָדוקט פון זײַן צײַט און פון זײַן סוויווע. , סאַװעטיש היימלאנד"

פרידלעכע

שראמען אף שטיינער וועגן מײַנע... װוּהין װעלן זיי מיך פירן?

שוין לאנג װי מיך מאטערט א ברענערדי- קער נײַגער צו דעם טראנסקארפּאטישן פלאכ- לאנד, װוּ דער הימל איז פון א זעלטענער בלױיקײַט און עס קייטלען זיך אף מײַלן די װײַטע היגלען, באדעקטע מיט װײַנטרױבן- גערטנער.

דער קאיאָר איז א פרי-הארבסטיקער.

דער זומער האָט געמאכט זײַנע לעצטע טריט איבער די קארפּאטן און איבערגעלאָזט זײַנע פארביקע געמעלן אף ביימער און גראָזן,

האָט זיך פארמאָסטן צו געבן אן אויסדרוק דעם שטראָמיקן לעבן אונדזערן, דעם ויב- רירנדיקן טעמפּ פון אונדזער הײַנט. און בא- נאנד מיט דעם האָט דער זשורנאל אויך פא- נאנדערגעבלאָזן די ווארעמע נעכטיקע פונקען אין נײַע, אין פרישע פײַערן -- אופגעלעבט דעם פאָלקישן נעכטן און אים פארהײַנטיקט.

א ביז גאָר פּײַנער סאכאקל, מיט װעלכן מיר האָבן רעכט זיך צו פרייען!

עס לעבט ,סאָװעטיש היימלאנד', די לײַב- לעכע היים פון דער יִדישער סאָוועטישער ליטעראטור. דער זשורנאל לעבט מיטן קויעך פון זײַנע דערגרייכונגען און מיטן ביטאָכן, אז ער האָט נאָך א סאך װאָס צו זאָגן..

זיץ איך און טראכט אף א קאָל:

-- ווען מע װאָלט, אשטייגער, געזאָגט דעם אװטאָר פון דער כוידעש-שריפט , ייִדישע וועלט" דעמלט, אין אָנהײיב פון אונדזער יאָר- הונדערט, אז אין אכציק יאָר ארום נאָך זײַן ,נגעװיֶעס', אף דער שװעל פון א נײַעם יאָר- טויזנט, װעט מען אָפּמערקן דעם יויוול פון א ייִדישן זשורנאל, װאָס דערשײַנט שוין גאנצע פינף און צוואנציק יאָר און פארנעמט דעם אױיבנאָן אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער לי- טערארישער שאפונג, -- װוי רײַך זײַן פאנטא- זיע װאָלט ניט געװען, װאַלט ער מיסטאמע אזעלכס ניט געקענט זיך פאַרשטעלן. װער ווייסט, צי סװעט בענעגייע די הײַנטיקע ,נע- װויַם" זיך ניט איבערכאזערן דאָס זעלבע, ווען אונדזערע יאָרשים װעלן שוין אין איין-און- צוואנציקסטן יאָרהונדערט פּײַערן דעם פופֿ- ציקיאָריקן יויוול פון ‏ סאָװעטיש היימלאנד""--- דאָס צווייטע פערטל...

האָריאָנטן

פלעכטן זיך איבער די בערג די ערשטע זון- שטראלן. בלייכע, וי פון װײַסן גאָלד, זעצן זי זיך אָן אף די קאלטע בארגשפּיצן. און פון זייער צערטלעכקײַט צעװעקט זיך א שטורמי- שער בארג-טײַך, ווירבלט און כוואליעט זײַנע גרינלעך-גערונצלטע וואסערן, און אים בא- גלייטן אין זײַן שטראָם-געלויף הויכע, מיט סאָסנעס באוועלדערטע, ברעגעס.

לענגויס דעם טײַך דרייט זיך, װי א לויפן- דיקע ספּיראל, א גרוי-געשליפענער אספאל- טירטער וועג, וויקלט זיך ארום דערפער און לאָנקעס, גייט פארלוירן צװישן די בערג און באװוײַזט זיך ווידער אין זײַן געדריי,

15

אײַלט איבער אים מיט א פארשטיקטן אָטעם א נײַער ,איקארוס". זײַן גערויש פאר- גרעסערט זיך, ווען ער קלעטערט ארוף צו די בארג-הייכן. אין סאלאָן זיצן פּאסאזשירן, די קעפּ פארװאָרפן צו די ווענטלעך פון די װײ- כע שטולן. אייניקע קוקן ארויס צו די ריזיקע בארג-מאסיוון, װוּ עס װײַסלען זיך בא די ראנדן הוצוליש-סטיליזירטע סאנאטאָריעס און פּאנסיאָנאטן. אנדערע ראנגלען זיך מיט א דרעמל, װאָס ויל ניט אָפּלאָזן.

װײַט, איבער א הױכן בארגגאָפּהאנג, טרײַבט א פּאסטעך א סטאדע שאָף. דער ווינט און דער טרילער פון זײַן דודקע וואנדערן מיט אים. ער שווינגט פונװײַטן מיט זײַן לאנגן סוקעוואטן שטעקן, גלײַך ער װאָלט מיט א פארהוילענעם קסאוו עפּעס פארשריבן אפן בלויען הימל-געוועלב.

-- היי-היי!

װעמען באגריסט ער אזי? דעם נײַעם מאָרגן, צי אונדז פארבײַפאַרנדיקע?

לויפט דער וועג אונטער די רעדער. טאנצן די סאָסנעס באם טײַך. און די בערג לויכטן אין זוניקן באגינען.

די זעלבע בערג, וועלכע האָבן מיט עטלע- כע צענדליק יאָר צוריק צוגעזען דעם שרעק- לעכסטן קאטאקליזם פון אלע צײַטן -- דעם אומקום פון טויזנטער און טויזנטער, װועמענס געביין איז אף אײביק פארבליבן אין די ריוון און יארן; די זעלבע בערג, וועלכע האָבן, װי געטרײַע היטער, אויסבאהאלטן אין זײיערע בארג-היילן די העלדישע נעקאַמענעמער...

פינצטערן נאָך איבער די בערג רעשטלער פון צעגראָבענע טראנשייען, װי שראמען וועלכע די צײַט האָט ניט באוויזן צו פאר- היילן. און זי דערמאָנען, דערמאָנען..

אן עלטערער מאן, מיט א טיף-געקארבט פּאנעם, רײַסט ניט אַפּ זײַנע בליקן פונעם דרויסן. ער קוקט קאנג זיך אײַן אין די לויפנ- דיקע װײַטקײַטן, און זײַנע אויגן זײַנען פאר- לאָפן מיט א שטרענגער גרױקײַט.

װאָס זעט ער דאָרט אין די בערג?

קאָן זײַן, אז אין די מילכאָמע-יאָרן האָט ער פארטיזאנעװועט אין אַט דער געגנט. און אײינצלהײַטן פון יענער גרויליקער צײַט בא" העפטן זיך אין איין גאנץ אױסגעגאָסן בילד. עס וואכט אוף אין זײַן דימיען דאָס שוידערלעכע געיעג נאָך שוצלאָזע זקיינים, פרויען און קינדער, מיט געוויינען, יעלאָלעס און קורצע שארפע שאָסן, װאָס האָבן איבער- געלאָזט אין די בארג-שפּאלטן קײַלעכיקע רויך-קנוילן,. וועלכע האָבן ניט געװאָלט פאר- שווינדן. און עפשער לעבט ער נאַכאמאָל אי" בער דעם עלנט און פארלױירנקײַט פון דער

16

לעצטער מינוט, ווען די ערד װוערט אומזיכער און דער מענטש וויל אנטלויפן פון זיך אליין?..

צינדט דער באגינען אָן די קרוינען אף די סאָסנע-ביימער. ברענען זיי, וי יאָרצײַט-ליכט, אין אָנדענק פון די קדוישים...

לעבן דעם אלטן מאן זיצט א יונגע מוטער מיט א קינד אף די הענט. עפשער אן אייניקל מיט אן אורייניקל. זי זעט אויס נאָך זייער יונג, װי א מיידל פון א יאָר זיבעצן-אכצן, און נאָר די צערטלעכקײַט צום שלאָפנדיקן קינד, װאָס זי האלט אין אירע אָרעמס, אנטפּלעקט א קוואל פון איבערגעגעבענער איידעלער מו- טערלעכקײַט.

א װעטעראן מיט א גראָוון קאָפּ, אָנגע- שפּארט אף די פויסטן, און א שלאָפנדיק קינד, װאָס שפּילט אין שלאָף מיט די אייגענע קו- טשערלעך און זעט אויס, װי פון העלפאנד- ביין אויסגעטאָקט. דער נעכטן און דער מאָרגן אין איין אװטאָבוס. און א יונגע מאמע, װאָס וויגט דאָס איין-און-צוואנציקסטע אאָרהונ- דערט...

לויפט דער וועג. טאנצן די סאָסנעס. פאר- הוילן שנירלט אין די צװײַגן א פארבענקט פייגל-געזאנג. און דער טײַך שפּרודלט, ריזלט, און די אויגן באװונדערן די אויסטערלישע אוזאָרן, ענלעכע אף אָרנאמענטן.

הויך אין הימל טורעמט א גרוי-גרינער פעלדז. ער הענגט איבערן טײַך מיט שלענג- לענדיקע, איבערגעפלאָכטענע שפּאלטן, װי שראמען, אויסגעקריצט אין שטיין. ווינטן און רעגנס האָבן געשליפן זײַן שטיינעריקייט, גע- שליפן די שפּאלטן, און עס האָט זיך באקומען עפּעס א מעשנעדיקע פאָרם פון א גע- שלייערטן פרויען-קאָפּ, װאָס קוקט אראָפּ צו די גרינלעכע וואסערן. און ס'דאכט זיך, אז דער פעלדז װעט אָט-אָט זיך אָפּרײַסן פונעם בארגשפּיץ און מיט א מױרעדיקן געהילך צעשפּליטערן דעם גערונצלטן וואסער-שפּיגל,

ווער ווייסט, וויפל הונדערטער יאָרן הענגט ער שוין אזוי?

מײַן קינדהײַט האָט אויך אזא בארג-טײַך פארוויגט. אזא רוישנדיקער, ברויזנדיקער, װי דאָס לעבן, און אזעלכע בערג און פעלדזן, וועלכע די צײַט האָט אין לעגענדעס און מײי- סעלעך פארוועבט, זײַנען געשטאנען בא מײַן צוקאָפּנס. פלאקערט אוף אין מײַן זיקאָרן אן אויסטערלישע לעגענדע, װי דער אָפּשײַן פון װײַטע נעכטנס, און פלעכט זיך ארײַן אין מײַ- נע הײַנטיקע טעג.

..אין א שלאָס אפן סאמע שפּיץ בארג האָט פארצײַטן געלעבט א ינגער לײַכטזיניקער גראף, וועלכער האָט העפקערדיק פארטאכלע- װעט זײַן יוגנט און זײַן פארמעגן.

1--188

איינמאָל איז דערגאנגען צו אים, אז באם שענקער אין טאָל וואקטט א שיינע טאַכטער. און ער האָט טאקע אין איינעם א טאָג, דורכ- רײַטנדיק, זי דערזען און איז געפּלעפט גע- װאָרן פון איר שײנקײַט. ער האָט זי אָפּגע- מאָסטן פון דעם װײַסן נאקן ביז אראָפּ צו די קנעכלעך. די בורלאקישע אויגן זײַנע האָבן זשעדנע געטרונקען די מיידלשע צארטקײַט, און זײַן פאנטאזיע האָט זיך שוין געווארעמט אין דער אײידלקײַט פון איר שלאנקן קערפּער. דער יונגער גראף האָט אָבער געװוסט, אז כאָטש ער קאָן דערגרייכן אלץ, װאָס ער וויל, װעט אָבער דער װועג צו דער שיינער ייִדיש- קע זײַן װײַט און שווער.

-- מאָשקע, -- האָט ער מיטן גאנצן אימי פּעט פון זײַן צערייצט בלוט זיך געװענדט צום שענקער, -- אָדער דו גיסט מיר דײַן טאָכטער און איך לאָז דיר איבער פאר גאָר- ניט די קרעטשמע אף שטענדיק, אָדער איך װעל הייסן דיך אױיסשמײַסן און ארױיסטרײַבן פון דאָרף...

דער ייד האָט געקענט דעם גראפס צערייצ- טע הערשער-גײַװע, געקענט דעם גליענדיקן צאָרן, װאָס ווייסט ניט פון קיין ראכמאַנעס. איז ער טאקע געשטאנען פאר אים מיט א בלייך:אויסגעצערט פּארמעט-פּאָנעם. און נאָר א פארבאָרגענע ביטערניש פון אַָרעמקײַט, נויט און אוולעס האָט א סאקאָנעסדיקן ברען געטאָן אין זײַן שווערן שווארצן בליק גלײַך אין דעם גראפס בלויע, בייז-פארגליווערטע אויגן. און א פאָרכטיקער געברום האָט מיט א נאָגנדיקן געפלאטער זיך געפּלאַנטערט אין זײַן צװײישפּיציקער באָרד:

-- פּאָרעץ-לעבן, איך בין קוידעם א טא- טע, דערנאָך א שענקער...

דער גראף האָט פארשטאנען דעם ווידער- שפּעניקן ענטפער. יעדער מוסקול אף זײַן ברייטן, רויט-געװאָרענעם פּאָנעם האָט אופ- געצאפּלט. ער האָט מיט א װילדן גרימצאָרן א קאָפּע געטאָן די שפּאַרן אין פערדס זײַטן, פארצויגן די לייצעס פונעם צײַמל אזוי, אז דאָס פערד האָט זיך א שטעל געטאָן אף די הינטערשטע פיס, װי עס װאָלט געפרװוט אראָפּווארפן פון זיך דעם רײַטער.

-- פארשאַלטענער יד!

ער האָט א קנאל געטאַן מיטן שפּיצרוט איבער דעם שענקערס קאָפּ, און, װי געטריבן פון א פארכאפּטן שיגאָען, איז ער אװועק אין אזא האסטיקן גאלאָפּ, אז שטיקער ערד האָבן געשפּריצט פון אונטער די פּאַדקאָװעס, אי- בערלאָזנדיק נאָך זיך א פארצארטע שרעק, פארקלעמט וי מיט ווייען פון טויט און לעבן. און דעם שענקערס טאַכטער האָט אין דער שרעקיקײַט אויסבאהאלטן איר מיידלשע צניעס

פארן גאזלאָנישן ליכט פון לויטערן טאָג און פאר דער איימעדיקער פינצטערניש פון דער נאכט.

דער גראף האָט ניט געדענקט, ער זאָל גע- ווען האָבן אמאָל אזא דורכפאל. און נאָך פון װעמען? זײַן אייגנליבע איז געוװוען שטארק געטראָפן, די בלוטן האָבן געזאָטן פון רעציכע און פארדראָס. לײַכטער פון אלץ װאָלט ער איצט אויסגעפילט זײַן דראָונג, אפילע אוועק- געלאָזט די קרעטשמע מיטן ריך. דעמלט אָבער װאָלט ער פארלוירן אף שטענדיק די שיינע ייִדישקע. פאר זײַנע אויגן האָט גע- שוועבט איר שלאנק געשטאלט, א נאָרװאָס זיך אָנגעגאָסענע מיט פרויישער רײַפקײַט. עס האָבן געפלאטערט אירע לאנגע צעפ, װאָס האָבן שטאָלץ פאריסן איר קאָפּ, און דער פלא- טער האָט זיך געטראָגן איבערן גראפס פּאָנעם און גערייצט זײַן באליידיקטע אייגנליבע.

-- אויסגעפינען פון אונטער דער ערד! -- האָט ער שטרענג באפוילן,

און זײַנע וועכטער האָבן טאָג און נאכט, וי הונגעריקע וװעלף, געלויערט איבער דעם שענקערס שטוב, ביז זיי האָבן געהאָרכזאם און אקשאָנעסדיק ניט אויסגעפילט דעם בא- פעל -- געבראכט דאָס מיידל א געבונדנס אין פּאלאץ, װאָס אפן סאמע בארגשפּיץ.

קאלט און שטום איז געװאָרן באם שענקער אין שטוב, טרויער האָט געשפּארט פון אלע ווינקלען, באזונדערס פון יענעם, װוּ איר לֵיי- דיק בעטל האָט געפּוסטעװעט, פּונקט דאָס געלעגער פון אן אוועקגענומענעם מעס.

טאטע-מאמע האָבן געריסן קריִע און זיך געזעצט שיווע...

דער גראף האָט זיך דערנעענטערט צו איר מיט שטילע טריט, װי א כײַע, װאָס גרייט זיך באפאלן איר רויב. זײַן פּאָנעם האָט גע- פלאמט. ער האָט קלוימערשט זיך געבייזערט אף זײַנע וועכטער, מאכנדיק דעם אָנשטעל, אז ער װעט זיי אלע שוער באשטראָפן פאר דער אומײדלקײַט. ער האָט ‏ " געקלאמערט אין זײַנע אָרעמס, אײַנגעזאפּט די ווארעמקײַט, װאָס האָט געשלאָגן פון איר אָטעם, גע- שטראלט פון אירע שווארצע האָר, װאָס פון שווארצקײַט האָט מען זיך געקענט אין זי שפּיגלען.

זי האָט געפּרוּווט זיך באפרײַען פון זײַנע אָרעמס, זיך װערן, נאָר זײַנע הענט זײַנען שווער געלעגן אף איר נאקן. פּלוצעם האָט זי דערפילט, װי עפּעס א שװאכקײַט באפאלט איר קערפּער, יעדער גליד באזונדער. נאָך א רעגע -- און זי װעט פארלירן די מאכט אי- בער זיך. מיטאמאָל האַט זי א זאָג געטאָן לאנגזאם, װי זי װאָלט ערשט געזוכט אין די געדאנקען יעדע ארויסגעבראכטע זילב:

17

-- ווארט צו, נאכט איז גרויס...

און די גלאנציקע פײַכטקײַט האָט באדעקט אירע שווארצאפּלען.

א מאָדנער געדאנק האָט אופגעבליצט אין איר מויעך, דער אומרו איז מיטאמאָל אוועק, און זי איז געװאָרן װײַבעריש צוגעלאָזט. זי האָט ווייך און צארט געפירט מיט אירע הענט איבער זײַנע בלאַנדע האָר:

-- שפּעטער, מײַן האר...

זי האָט שטיפעריש געװויקלט ארום זײַן האלדז אירע לאנגע צעפּ:

-- א װײַלינקע שפּעטער...

..שפּעטער האָבן זיך פארשפּרײט איימעדי- קע קלאנגען: די ייִדישקע האָט מיט אירע צעפּ דערשטיקט דעם יונגן גראף,

װאָס עס איז געװאָרן מיטן שענקער, דער- ציילט ניט די לעגענדע. נאָר זײַן טאָכטער האָט מען צוגעבונדן צו א פלאם-פײַערדיק פערד און אין א ווילדן גאלאָפּ פונעם סאמע בארגשפּיץ געטריבן צום אָפּגרונט,

הענגט איצט דער פעלדז איבערן טײַך, װי א פרויען-קאָפּ, אויסגעהאקט אין שטיין...

עס לויפט דער וועג. עס טאנצן די סאָסנעס באם טײַך, און גאָלדיק גערויטלט ליכטיקט דער באגינען אין די פענצטער פון פילשטאַ- קיקע אָפּרו-הײַזער און הייל-אנשטאלטן..

מײַן האר, שפּעטער... די

אף וועגן פון דוירעס

נאָך א פּאָר שאָ טראָגן זיך בארג-ארוף, בארג-ארוף אין דער טיף פון די קארפּאטן, האָט דער ,איקארוס" זיך דערנעענטערט צו דער שטאָט, װאָס ציילט איר עלטער נאָך פו- נעם װײַטן דרײַצנטן יאָרהונדערט.

קאַלאַמײ.

געקניפּטע וװעגן צעלויפן זיך אין דער בלויער אומענדלעכקײַט. וװעגן, װאָס האלטן פארטײַעט אָפּגעקילטע טריט פון דוירעס. דאָ און דאָרט, װי רעשטלעך פון װײַטן אמאָל, טוען זיך א װאָרף אין די אויגן איינצלנע אָפּ- געבליאקעוועטע שטיבער מיט גאנעקלעך פון פאָרנט.

איך האָב געזען אָט די שטאָט, װען דער נאציזם האָט געשטורעמט אײראָפּעץ, און גא- ליציע, װי גאנץ פּוילן, האָט גענומען זינקען אלץ טיפער און טיפער אינעם אָפּגרונט פון רעאקציע און פאשיזם, באגלייט מיט ביטערע גזיירעס און גרויליקע רעציכעס אף יִדן.

איך האָב געזען יענע פארצווייפלטע װאָג- לער, וועלכע האָבן, פילנדיק די טרוקענע נעגל פון הונגער אין האלדז, זיך אָפּגעריסן פון

18

זייערע אלטע אײַנגעזעסענע היימען און פול מיט יוגנטלעכע האָפענונגען, װאָס זײַנען דאָס- ראָוו קיינמאָל ניט מעקויעם געװאָרן, זיך גע- לאָזט אף פארשיידענע װעגן און אומוועגן איבער לענדער און יאמען.

איך האָב אויך געקענט א טייל פון יענע גוטמוטיקע רעװאַליוציאַנער-אקשאַנעסדיקע יעכידים, וועלכע זײַנען געבליבן אינדערהיים, זוכנדיק זייער רעכט צו לעבן אף דער וועלט...

דער גוירל האָט אזוי געװאָלט, אז די הענט, װאָס שרײַבן איצט די דאָזיקע שורעס, זאָלן זײַן די זעלבע הענט, וועלכע האָבן קימאט מיט א האלבן יאָרחונדערט צוריק ווארעם זיך גע- זעגנט מיט יענע איידעלע טרוימער און ניט געװוסט, אז אין א פּאָר יאָר ארום װועלן איי- ניקע פון זי אוועק אין די בערג נעקאָמע נע- מען אינעם סוינע, אנדערע װעט באשערט זײַן ארײַנצושרײַבן מיט זייער בלוט איינס פון די העלדישסטע זײַטלעך אין דער געשיכטע פון ייִדן -- דעם אופשטאנד אין ווארשעווער געטאָ.

קאָלאָמײ.

געקניפּטע װעגן צעלויפן זיך אין דער בלויער װײַט און פירן צו נײַע גאסן מיט הוי- כע בלאָק-הײַזער, װאָס שפּילן אוף אין א גאָלדענעם זון-שטויב און זעען אויס דערפון נאָך העכער, גלײַך זייער הייך װאָלט זיך פאר- װעט מיט די ארומיקע בערג. דאָס בילד פאר- כאפּט מיט זײַן הערלעכקײַט. און ווירקלעך, א סאך פון דעם, װאָס אין פרידלעכע טעג דאכט זיך אונדז פאר א געוויינלעכער דער- שײַנונג, ווערט בעעמעס אופטרייסלענדיק, ווען מע דערמאָנט זיך, אז דאַ איז געווען מילכאַ- מע, אַקופּאציע, טויט...

באם ארײַנפאַר אין שטאָט האָט דער אוו- טאָבוס זיך אָפּגעשטעלט לעבן א נײַעם װאָק- זאל, מיט א גאנצער שורע גרויסע שפּילנדיקע פענצטער,

איך האָב זיך אײַנגעגראָבן מיט מײַן בליק אין דער אומגעגנט, געװאָלט געפינען סימאָ- נים פון יאָרן צוריק. מיר האָט זיך װי פאר- געדענקט, אז פריִער האַט דאָ געדרעמלט א פּליכעוואט פעלד. סהאָט געשמעקט מיט װילדגראָז און סהאָבן געזונגען העפקערע ווינטן און לארכן. און װײַטער, באם סאמע הימלראנד, האָבן זיך געצייכנט צירלעכע דע- כער און טורעמס פון פּריצישע הויפן,

װײַטע טעג האָבן ארײַנגעשפּאנט אינעם הײַנט.

בישכיינעס מיטן װאָקזאל האָט א נײַמאַדי- שע קאפע צעשטעלט אינעם דרויסן, אין דער װײַסער זוניקײַט פילפארביקע געעפנטע שי- רעמס, װי ריזיקע בלומען-קעפּ. און אונטער יעדן שירעם זײַנען בא מירמל-טישלעך גע-

זעסן מענטשן און באדאכט געזופּט שווארצע קאווע.

איך האָב אויך אפגיך איבערגעכאפּט, װײַל דער שאָפער האָט געמאַלדן, אז דער אװטאָ- בוס װעט שטיין א שא צײַט און װער עס וויל, קאָן מאכן א קורצן שפּאציר אין שטאָט.

איך בין אוועק איבער נײַע אומבאקאנטע גאסן. עס האָט אזש א שווינדל געטאָן אין די אויגן פון זייער ברײטקײַט, פון זייער גערויש. איך בין געגאנגען גלאט אזוי, ניט האָבנדיק קיין ציל, און אליין ניט באמערקט, וויאזוי איך האָב זיך ארײַנגעפּלאַנטערט אין א שמאָל געסל, װי א יעגער אין א שיטער װעלדל. יעדעס הויז -- א באקאנטער בוים. בא יעדן בוים --- זײַן געשיכטע, זײַן סאָד,

אפן ראָג, אין א קיאָסק, האָב איך דערזען אויסגעשטעלט א פרישן נומער ,סאָװעטיש היימלאנד". איך האָב אים געקויפט און, בלע- טערנדיק, זיך אָנגעשטױסן אף א נאָטיץ, אין וועלכער דער אװטאָר דערמאָנט, אז ,דער סעקרעטאר פונעם קאָמיוגישן קאָמיטעט פון דער שטאָט קאָלאָמײ ילִיָוס דראגאַביטשער האָט געקעמפט אין שפּאניע און איז אומגע- קומען הינטער מאדריד".

דער נאָמען האָט אָפּגעקלונגען פאר מיר מיט א טיפן שארפן װידערקאָל, פון װעלכן דאָס הארץ האָט זיך א טרייסל געטאָן מיט א נאָגנדיקן צאפּל. מיר האַט זיך אויסגעוויזן, אז אין איינעם פון די שטיבער, אף איינעם פון די גאנעקלעך איז ער געוואקסן.

צי האָב איך אים געקענט?

ניין, יענעם יונגן קאָלאָמײער העלד האָב איך ניט געקענט. עפשער טאקע דערפאר האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אז ער האָט באדארפט אויסזען וי מײַן נײַנצניאָריקער ברודער, וועל- כער איז אויך אף אייביק פארבליבן אין דער שפּאנישער ערד.

מאדריד, קאָלאַמײ, טשערנאָוויץ...

מײַן בליק האָט צוגעצויגן א פרוי, וועלכע האַט אויך געקויפט דעם זעלבן זשורנאל. איך האָב ניט געזען איר פּאַנעם. איך האָב נאָר געזען אירע לאנגע בלאַנדע האָר, אראָפּגע- שווומענע אף די אקסלען. איך האָב געקוקט אף איר מיט אָנגעשפּיצטע נײַגעריקע אויגן. מיר האָט זיך פארװאַלט הערן איר שטים. איר װאָרט.

איך געדענק שוין ניט, מיט װאָס פאר א ווערטער איך בין צוגעגאנגען צו איר. אין מײַן זיקאָרן איז בלויז פארבליבן איר קוק אף מיר מיט גרויסע, בלייך-בלויע שטרענגע בליקן. אירע ברעמען האָבן זיך פארהויבן, און א בלאַנדע פּאסמע האָר האָט זיך אראָפּנעלאָזט פון איר שטערן. זי איז געווען שוין ניט קיין

יונגע, נאָר קענטיק פארהיט שפּורן פון אמאָ- ליקער שײנקײַט.

-- איך בין ניט קיין היגע, -- האָט זי אף מײַן פראגע געענטפערט אויך אף ייִָדיש. און מיר האָט אין דער ערשטער רעגע זיך אויס- געוויזן, אז זי זוכט ווערטער, גלײַך זי װאָלט זיך באנוצט מיט א פרעמדער שפּראך.

איך בין געווויר געװאָרן, אז פון פאך איז זי א לערערן פון רוסישער ליטעראטור, אז אהער איז זי געקומען מיט א טוריסטן-צוג. מיט א באגײַסטערטער פארטראָגנקײַט האָט זי גערעדט וװעגן דער ארומיקער שינקײַט, װעגן דער הוצולישער צעזנגענקײַט.

װאָס איז עס געווען פאר א שמועס?

איך האָב זי געפרעגט, פונוואנען זי קען ייִדיש -- זי קער דאָך צו דעם נאָכמילכאָמע- דיקן דאָר. איר פּאָנעם איז באלויכטן געװאָרן פון אן אינװייניקסטן גוטן שמייכל:

-- א ביסל פון דער היים בא טאטע-מא- מע... איך בין דאָך פון דער ליטע... דערנאָך די רעגולערע לעקציעס, װאָס דרוקן זיך אין ,סאָװעטיש היימלאנד....

װאָס װײַטער דער שמועס האָט זיך פאר- צויגן, אלץ מער האָב איך באװוּנדערט, װי היימיש זי האָט זיך ארײַנגעפּאסט אין דער פארב און קלאנג פונעם יִדישן װאָרט. און סאיז געווען מאמעש פאנטאסטיש צו הערן איר ליטווישע װוערטער-שפּיל אין דעם אלט- נײַעם קאָלאָמײ, װוּ סהאָט אמאָל אזוי װויל געקלונגען דער גאליציאנער ייִדיש מיט זײַנע ברייטע צעזונגענע פּאסעכן.

זי האָט א קוק געטאַן אף מיר מיט אירע בלייך-בלויע אויגן, מיך נאָכאמאָל באשאָנקען מיט א שמייכל און, אױסציִענדיק צו מיר א ווארעמע האנט, מיט א שטראלנדיקן בליק שטיל געזאָגט:

-- מאָדנע, ויאזוי צוויי לייענער פון , סאָ- וועטיש היימלאנד" האָבן זיך עס באגעגנט אזש אין די קארפּאטן.

זי האָט אײַליק זיך געזעגנט און זיך ארײַן- געשניטן אין דער צעשפּילטער ליכטיקײַט. דער שאָרך פון אירע טריט האָט זיך אויסגע- מישט מיט די טריט פון אנדערע. און זי האָט זיך דערװײַטערט, ביז זי איז אינגאנצן פאר- שװוּנדן.

איך בין געבליבן שטיין אפן טראָטואר מיט א ואר אופגעפלאטערט געמיט. אין די אויערן האָבן מיר געקלונגען אירע לעצטע ווערטער. איך בין געשטאנען אזוי, װי איך װאַלט געווארט, אז אָט-אָט װעט זי זיך אומ- קערן.

פּלוצעם האָבן צוויי שאָטנדיקע סילועטן זיך צעלייגט איבער דער גאס. איך האָב אופגע- הויבן די אויגן און דערזען אף א גאנעקל,

19

װאָס האָט זיכער נאָך געדענקט דאָס געואנג פון בענקשאפט און ליבע, צוויי אלטע לײַט. א מאן און א פרוי. זי איז געשטאנען מיט ביידע הענט פארלייגט אונטער אירע צעיוי- רענע בריסט, װי זי װאַלט מוירע געהאט, זי זאָלן זיך ניט צעשיטן. און ער, עטװאָס אין א זײַט, האָט מיט טרוקענע פינגער געטאפּט דעם זוים פון א שווארצן אײַזערנעם געלענדער. ביידע האָבן שװײַגנדיקע אראָפּגעקוקט צו דער טומלענדיקער גאס, און איך האָב זיך דער- מאָנט איציק מאנגערן:

אף דער סטאנציע קאָלאָמײ

צווישן א גאנצער איידע,

שטייען געהויקערט שאָטנס צוויי, מײַן באָבע און מײַן זיידע...

איך האָב געװאָרפן דעם לעצטן בליק אף די צוויי אלטע לײַט און אװעקגעשפּאנט צום אווטאָ-װאָקזאל,

צוויי אויסיעס

כאָטש דער קאלענדאר האָט געויזן אף הארבסט, איז דער טאָג געווען פארגאָסן מיט זון -- א פארפלייצונג פון זון און ווארעמקײַט.

אין דער בלויער לופט האָבן זיך אײַנגע- שניטן די דאָרעמדיקע קארפּאטן, זיך גע- קייטלט אין א פילפארביקער אקוארעל- הארבסטיקער פארבן-שפּיל. און צופוסנס פון די בערג האָט די שווארצע טיסא, געוויינטלעךר א גרוי-שטאָלענע, זיך אויך געסטארעט אויס- צוזען בלוי, שװענקענדיק אין אירע וואסערן די הימלשע לױטערקײַט.

דער האיקארוס" האָט שרויפנדיק זיך אראָפּגעלאָזט פון דעם יאבלאַניצער פּערעוואל, זיך געדרייט איבער דעם אספאלטירטן גע- שלייפלטן װעג. און מיטאמאָל האָט דער שאָ- פער געמאָלדן:

-- יא-סי-עיא!

איך האָב א פארכידעשטער באטראכט דעם גאנצן ארום, פון וועלכן ס'האָט א ווייע געטאַן מיט עפּעס א ווארעמער הײמישקײַט, גלײַך איך װאָלט ארײַנגעפאָרן אין א װעלט, װאָס איז פון לאנג מיר שוין באקאנט.

מיט װאָס?

יאָ, פּונקט אזעלכע בערג, אף וועלכע עס שפּארט זיך אָן דער הימל. פּונקט אזא היל- צערן געטעסעט קליסטערל באם װעג, א דענקמאָל פון װײַטן מיטלאלטער, און פּונקט אזא געדיכטער, געל-רויטער בלעטערפאל אין הארבסט, װאָס האלט אָן לאנג אין זײַן אומע- טיקער שײנקײַט.

20

יאסיניא האָט מיר דערמאָנט מײַן אלטע היים.

איך בין געשטאנען אין ליכט פונעם הארב- סטיקן טאָג, װאָס האָט זיך געבאָדן אין גאָלד, צענדליקער דערמאַנונגען האָבן זיך אָנגע- צונדן אין מײַן מויעך. און כ'האָב געזאָגט צו זיך אליין;

-- זאָל איך עפשער איבערײַסן מײַן װײַ- טערדיקע נעסיִע? פארברענגען א צוויי מעס- לעס אין דעם בארימטן פּאנסיאָנאט ,איידל- װײַס', װאָס אין דער טיף פון די בערג?

און איך בין געבליבן,

וי אומעטום אין די בערג, האָבן אויך דאַ פון קאדמוינים פרידלעך צוזאמען געלעבט הו- צולן און ייִדן. איניינעם געשלעפּט דעם יאַָך פון לעבן. איניינעם געטאנצט אף כאסענעס און געװויינט אף לעװײַעס. און קיינער האָט ניט געשטערט זייער שטייגער, ביז די פלא- מען פון דער וועלט-סרייפע האָבן ניט דער- גרייכט צו די קארפּאטן.

דעם ועג צום פּאנסיאַנאט האָב איך בֿע- דייע געהאט דורכמאכן צופוס,

מיט יִנגלשער מונטערקײַט בין איך אוועק צו די בערג. איך האָב מיטאמאָל דערפילט, וי עפּעס האָט זיך געביטן אין מײַן גאנג. עס האָט זיך אומגעקערט צו מיר יענער ינגער קרעפטיקער שפּאן, װאָס איך האָב אָנגעװווירן איניינעם מיט מײַן יוגנט. איך האָב צוריקגע- פונען די ליכטיקײַט פון מײַן קערפּער, כאָטש עד האָט שוין געטראָגן אף זיך גאנצע זיבן צענדליק יאָר,

אזא געבענטשטע הײטערקײַט האָט בא- הערשט מײַן געמיט, אזא מאָדנע און גליק- לעכע שטימונג, װאָס יאָרנלאנג קאַן מען זי זוכן און ניט געפינען.

פאר מיר האָט זיך צעװויקלט א ברוינלעכער קנופּ פון אױסגעטראָטענע ועגן און שטעגן, וי א קנויל אָדערן איבער די בערג. און מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז דאָס זײַנען די זעל- בע שטעגן, וועלכע איך האָב אויסגעשפּאנט אין די װײַטע יונגע יאָרן.

איך בין ארויס אף א צעבלימלטער לאָנקע, איבער מיר ---.א פּײַערדיקער הימל מיט רוױי- טע װאָלקנס, און ארום מיר -- א יאם פון קאָ- לערליי פארבן, װאָס נאָך א טאָג, נאָך א טאָג, און סוועט דער הארבסט זיי אויסלעשן מיט זײַנע ווינטן און רעגנס. נאַר פעלדגרילן שפּילן נאָך אויס אינעם טראווניק זייער װוּנדערלעכן ניגן, און ראַיענדיקע בינען קושן אויס די לעצטע זיסקײַט פון ווילדע מארגאריטקעס.

דער טאָג האָט זיך לאנגזאם געלאָשן, כאָטש אין דער װײַט האַבן נאָך געברענט רויטע שקיע-געוועבן. פּלוצעם האָט דעם הימל פארצויגן א גרויסער צעפלאַסענער װאָלקן,

געװאָרן געדיכטער און טונקעלער. עפּעס א נעפּלדיקע גרױיקײַט האָט זיך אראָפּגעלאָזט איבער די בערג. און די ערד האָט גענומען רויכערן, גלײַך זי װאָלט װעלן זיך אָפּטײלן פון זיך אליין, קעדיי זיך צונויפגיסן מיט דער לופט.

די גרױיקײַט איז געווען א פּלוצעמדיקע, א שװוינדלענדיקע, וועלכע האָט װי א קישעף געביטן דעם אויסזען פון דער ארומיקער לאנדשאפט. בליצן האָבן געשפּאָלטן דעם הימל און דערלאנגט פון איין האַריזאָנט צום צווייטן,

בליצן אין הארבסט?

װוּנדערן זיך האָב איך אָבער קיין צײַט ניט געהאט. ערגעץ אין דער הייך האָבן זיך גע- נומען דרייען װוינטן, שמײַסן מיט א קרומען רעגן. א גרויסער שרעקעוודיקער אומרו איז געהאנגען איבער די בערג, און די וועלדער, צעהוידעטע און צעוויגטע, האָבן איימעדיק גע- רוישט, גערוישט.

אין מײַן װײַטער יוגנט האָב איך אָפט ליב געהאט ארויסצוגיין פון שטוב, וװוען עס האָט געבליצט און געדונערט. און לויפנדיק אנט- קעגן דעם נאסן װינט, װאָס האָט פארכאפּט דעם אָטעם, פלעג איך פילן א גרויסע פרייד, װי א הייסער שטראָם װאַלט געפליסט אין אלע אָדערן.

דאָס אלץ איז געוען -- ווען?

און איצט...

איך האָב מוירע באקומען פארן רעגן, פארן ווינט. געפילט א קעלט אין די ביינער. איך האָב זיך פארלוירן אין דעם אָנגעלאָפּענעם שטורעם און ניט געװוּסט, װאָס צו טאַן מיט זיך, װוּ און ויאזוי זיך אויסבאהאלטן, איבער- ווארטן, גיין װײַטער אָדער זיך אומקערן.

פּלוצעם האָט א בלייכע ליכט-מארע, װי א פארנעפּלט שטערנדל, צעלעכערט די גרױי- קײַט. איך האָב זיך געלאָזט נאָך דעם געלן פײַערל און, אָפּנײענדיק א שטיקל װועג, שטיין געבליבן פאר א פארמאכטער טיר פון ניט- געהובלטע ברעטער.

איך האָב אָנגעקלאפּט.

די טיר האָט זיך געעפנט מיט א פארזשא- ווערטן סקריפּ. א טריבע שײַן האָט א שניט געטאָן אין די אויגן. און אף דער שוועל האָט זיך באוויזן א מיטלװוקסיקער קרעפטיקער מענטש, מיט א טונקל פּאַנעם, פון װעלכן ס'האָט א שלאָג געטאָן א געזונטע, ערדישע ווארעמקײַט.

-- קאָן מען עפשער דאָ איבערווארטן דעם רעגן?

ער האָט א קוק געטאַן אף מיר מיט א גוטמוטיקן נײַגער, װי ער װאָלט מיך אָפּגע- מאָסטן;

-- ביטע, אינצווייען װעט זײַן פריילעכער.

מיט א פרײַנטלעכער באוועגונג האָט ער מיך אָנגענומען פארן אָרעם, און איך האָב גע- פילט די װאָגיקע קרעפטיקײַט פון זײַן האנט. א הארטע, װוי אויסגעגארבטע לעדער.

-- מיך רופט מען איוואן גאװרילאָװיטש. און אײַך?

איך האָב אָנגערופן מײַן נאָמען, אין גע- ציילטע װערטער אים איבערגעגעבן, פונוואנען איך קום, װער איך בין און ויאזוי איך האָב פארבלאָנדזשעט.

-- יאך בין אוך נישט קא היגער אעג- גאנצן, -- האָט ער מיר א זאָג געטאָן אף עפּעס א זלידנעם ייִדיש פון א פארװאָרפן גאליציש שטעטל, זיך צעשמייכלט מיט א סאך קנייטשן ארום די גרויע ווייכע אויגן, און זײַן שטים האָט געהאט א היימישן און זיכערן קלאנג.

-- איר רעדט ייַדיש?

--- ניין. בלויז עטלעכע ווערטער, פארבלי- בענע פון די יונגע יאָרן, װען בא אונדז אין דאָרף האָבן נאָך געלעבט ייִדישע מישפּאָכעס.

אין א װײַלע ארום האָבן מיר שוין גע- שמועסט, װי גוט באקאנטע. ער האָט דער- ציילט, אז ער איז פון יענער זײַט קארפּאטן. דאָ האָט ער א טאָכטער א וואלד-אינזשעניער, איז ער בא איר צוגאסט. אים האָט אויך פארכאפּט דער געוויטער. נאָר זײַענדיק א מענטש, װאָס האָט א גאנץ לעבן פארבראכט אין די װעל- דער, האָט ער רעכטצײַטיק באמערקט די אָנ- געלאָפענע כמארע און זיך פארקליבן אין דעם שטיבל פאר וואלד-וועכטער און יעגער.

-- דאָס איז ניט אף לאנג, -- האָט ער מיך בארויִקט, -- דער רעגן איז נאָך ניט קין אָסיענדיקער. אזעלכער װעט באלד איבערגיין.

איך האָב זיך ארומגעקוקט אין דעם שטיבל. א קאָפּטשענדיק לעמפּל האָט מאט באלויכטן די נאקעטע װענט, די פארויכערטע סטעליע. די ווינקלען האָבן זיך אַנגעפילט מיט טונקל- קײַט, און סהאָט זיך געדאכט, אז דאָ וואכן ניט-געזעענע שאָטנס, װאָס באוועגן זיך שטיל אָן פארב און קלאנג.

אין דער מיט האָט זיך געהייצט א בלעכן אייוועלע. רויטע פלאקער-רעדלעך האָבן פלא- מיק געשפּילט אין דער גרױיקײַט, פארשפּרייט א טערפּקן רייעך פון געברענטן יאלעווע האָלץ.

איך בין געזעסן און זיך געקװויקט מיט דער ווארעמקײַט. אפן הארצן איז געװאָרן פריילע- כער. און איך בין געווען פול מיט דאנקבאר- קײַט איוואן גאװורילאָװיטשן און אויך יענעם, ער עס האָט דאָס אייוועלע אױיסגעמײַסט- רעוועט.

פּלוצעם האָבן מײַן אופמערקזאמקײַט צוגע- צויגן צוויי פײַערדיקע ייִַדישע אויסיעס ,נ" און ,ט", אויסגעהאמערטע אינעם טירל פונעם אייוועלע, און באצירט מיט געקינצלטע אוזאָרן.

21

דער אָפּשײַן פון די אויסיעס האָט צעפלאמט געפינקלט. און עס האָט זיך געדאכט, אז זי ברענען און װערן ניט פארברענט...

וויאזוי האָב איך עס טייקעף ניט באמערקט?

איוואן גאוורילאָװיטש האָט געכאפּט מײַנע פארנאפטע בליקן. זײַנע אויגן האָבן זיך צע- שפּילט מיט אן אויסערגעוויינלעכן גלאנץ, און זײַן שטים האָט א קלונג געטאָן מיט פײַעף- לעכקייט:

-- אײַך איז עס באקאנט?

-- ניין,

-- װעל איך אײַך דערציילן.

א װײַלע האָט ער פארקלערט געשוויגן, וי ער װאָלט צונויפגענומען די געדאנקען. א צוגעלאָזנקײַט האָט אים מיטאמאָל אינגאנצן באהערשט, און זײַן קאָל איז איבערגעגאנגען אין א סוידעסדיקן פליסטער.

..אין א שכיינישן דאָרף האָט געלעבט א ייִד, א שמיד. ניט גלאט א שמיד, נאָר מאמעש א יווועליר. זײַנע רייפן, פּאָדקאָװעס האָבן געשעמט איבער דער גאנצער געגנט. א בא- זונדערן אָפּקלאנג האָבן געהאט זײַנע אײַ- זערנע געלענדער, איבערגעפלאַכטענע מיט א זעלטענעם אָרנאמענט. און אף אלץ, װאָס זײַנע הענט האָבן געשאפן, האָט ער אויסגעשמידט צוויי זייער געקינצלטע ייִדישע אויסיעס: ,נ" און ,ט" -- נאכמען טײַכער.

פארװאָס ייִדישע?

אכוץ דעם אייגענעם אלעפבייס האָט ער מער גאָרניט געקענט. דאָס איז געווען א שטיק רויע פאָלקס-ערד, באלאָדן פון א גרויס הארץ און דורכדרינגלעכן אויג פון א קינסטלער.

אלט איז ער געווען אריבער די דרײַסיק. א גרױסװוּקסיקער, מיט אומגעלומפּערט בריי- טע אקסלען, א בררוינהויטיק לײַב, גלײַך סװואָלטן פּײַערן אין דער פארסאזשעטער קוזניע עס אָפּגעברענט, און פעסטע פארסמא- ליעטע הענט. א קאָל האַט ער געהאט א דו- נערנדיקס, מיט א גרימיקן סקריפּ,

זײַן איינציק זונדעלע פון א יאָר צוועלף איז געווען א פארקלענערטע קאָפּיע פונעם פאַ- טער. ער איז אָפט געקומען אין דער קוזניע און געהאָלפן דעם פאָטער בא דער ארבעט. און סהאָט מיט גװוּרע און לײַדנשאפט זיך געטראָגן איבערן דאָרף א דועט פון צװײ האמערס איבער א שטיק צעגליט אײַזן. איינער א שווערער, װי א באס, און דער צווייטער -- דין, װי א יונג קעלכל.

ווען די נאציסטישע האָרדעס האָבן זיך ארײַנגעריסן אין די קארפּאטן און געטריבן די ייִדן צו די יארן, איז נאכמען געווען צווישן זיי. מע האָט דערנאָך דערציילט, אז באם צע- שיסן האָט ער אָנגעשרענגט די געװועבן און מוסקולן פון זײַן קרעפטיק-האָריקער ברוסט

22

אזוי, אז אפילע די קויל פונעם סוינע האָט אים ניט גענומען. מע האָט אים באגראָבן לֶע- בעדיקערהייט,

איוואן גאװורילאָװיטש האָט איבערגעכאפּט דעם אָטעם, און איך האָב דערװײַל געטראכט, אז אוב דאָס לעצטע איז עמעס, האָט די ערד איבער זײַן קייווער געמווט מיסטאמע שרײַען, װאָרעם אזא גוואר, מיט אזא מעכטיק קאַל, לאָזט זיך אפילע אונטער דעם ערד-צודעק ניט פארשטומען.

דעם ייִנגל איז געלונגען צו אנטלויפן. עס האָט זיך אויסבאהאלטן אין די בערג, געפּאר- טיזאנעװעט און נאָך דער באפרײַונג האָט ער זיך אומגעקערט אין דאָרף, זיך ארײַנגעצויגן אין טאטנס קוזניע און גענומען מאכן בלעכע- נע אייוועלעך, אין וועלכע מע האָט זיך דעמלט זייער גענייטיקט. ער האָט זיי געמאכט קונציק, אוסגעטאַקט, און אף יעדן טירל אויסגראווירט דעם טאטנס צוויי ייִדישע אויסיעס -- ,נ" און יי

אין א צײַט ארום האַט דער יאט פארלאָזט דאָס דאָרף, איז אָנגעקומען אין א פּראָפעסיאַ- נעלער שול, נאָר פון מאַל צו מאָל פלעגט ער אין די זומער-כאדאָשים אראָפּקומען, מאכן צו- מאָל פאר עמעצן א בלעכן אייוועלע, ביז ער איז אוועק זיך לערנען ערגעץ אין אן אינסטי- טוט און אינגאנצן פארשווּנדן געװאָרן,

ביז הײַנט אָבער געדענקט מען אים אין דאָרף.

פאלט עמעצן ארײַן אין האנט אן אלטע פּאָדקאָװוע אָדער מע געפינט א בלעכן אייווע- לע, דערמאַנט מען מיט שטאָלץ נאכמען דעם שמיד און זײַן זון...

איוואן גאװורילאָװיטש איז אנשוויגן גע- װאָרן. איך האָב אויך געשוויגן. נאָר מאכנדיק אין געדאנק דעם כעזשבן פון די פארלאָפענע יאָרן, האָב איך ניט-װוילנדיק געצווייפלט אין דעם, אז דאָס אייוועלע דאָ, קימאט א נײַס, האָט זיך פארהיט פון יענע װײַטע טעג. מיס- טאמע איז עס געמאכט געװאָרן א סאך שפּע- טער, מיט אוועלכע פיר-פינף יאָר צוריק. הייסט עס, אז עס לעבט און שאפט ערגעץ דער װוּנ- דערלעכער מײַסטער פון בלעך און אײַזן, דער יוירעש פון נאכמען דעם שמיד.

איבעריקנס, גאנץ מעגלעך, אז ער איז שוין פון לאנג אן אָנגעזעענער קאַנסטרוקטאַר אָדער אפילע הויפּט-אינזשעניער, און דאָס אייוועלע האָט ער געמאכט צוליב זאבאווע און עס עמעצן אוועקגעשענקט א מאטאַנע. אפילע אין דעם פאל איז קעדײַ צו באמערקן, אז ער האָט, וי פריער, אויסגעשניטן אפן טירל די צוויי ייִדישע אויסיִעס, פּונקט ער װאַלט שטאָלצירט מיט זײַן יערושע-מעלאַכע ניט װינציקער, װי מיט אלע זײַנע איצטיקער רעגאליעס.

און עפשער דארף עס גאָר הייסן אף אונד- זער אויסלייג ;,נייר טאַמיד' -- א יאַרצײַט- ליכט פאר די אויסגעהארגעטע ייִדן פון זײַן דאָרף, פון אלע דערפער און שטעטלעך אין דער גאנצער לענג פון די קארפּאטן...

דער רעגן האָט טאקע אינגיכן אופגעהערט. דער הימל האָט זיך אױיסגעלײַטערט. הינטער די בערג האָט די זון א לעצטן בלענד געטאָן מיט א בינטל בלייכע שטראלן, באלד זיי אויס- געלאָשן, און א קילער מײַרעװדיקער פארנאכט איז פּאמעלעך צוגעפאלן.

מיר איז שווער געווען זיך שיידן מיט איוואן גאװרילאָװיטשן, מיט וועלכן איך האָב פאר די געציילטע פּאָר שאָ זיך באוויזן מאמעש צו

באפרײַנדן. איך האָב אָבער געװאָלט װאָס גי- כער דערגיין צום פּאנסיאַנאט, איידער סווערט פינצטער, און ער האָט אויך געײַלט צו זײַן טאָכטער אין טאָל.

אין דורכזיכטיקן מאטאָװוע הימל האָבן זיך דערװײַל באוויזן די ערשטע גרויסע שיטערע שטערן. דער וואלד, װי א פארקישעפטער, האָט זיך צונויפגעגאָסן מיט זײַנע שווארצע שאָטנס, און סהאָט זיך געדאכט, װי עמעצער שטייט באהאלטן צװישן די ביימער און לויערט מיט שפּיציקע אויערן נאָך די שווערע צעגאנ- גענע טריט, װאָס װערן אלץ װײַטער און װײַ- טער...

(פאָרזעצונג קומט)

דער קומענדיקער היסטאָריקער,

קריגטע מיט דער מוזע.

װאָס װעט פרוּון דערלערנען די גרויסע ענדערונגען, וועלכע די אַקטיאבער- רעװאָליוציע האָט אַרײַנגעבראכט אינעם ייִדישן לעבן, וועט זיך בעלי סאָפעק ניט קאָנען באגיין אָן דעם גוויִעס-איידעס פונעם זשורנאל ,סאָוועטיש היימלאנד*. דער קומענדיקער ליטעראטור-פאַרשער װעט דעם שעפערישן סאכאקל בא יעזן אקטיוון יִדישן סאָװועטישן שרײַבער בעשום-אויפן ניט קאָנען נעמען אָפּגעטײילט פון דעם זשורנאל ,סאַװעטיש היימלאנדי, װאָס האָט אין מעשעך פון אָט דער צײַט מאש- 9 געװען, ארויסגערופן, באפרוכפּערט און אלזײיַטיק מיט- געהאַלפן יעדן איינעם אראָפּצונעמען זײַנע רײַכע ליטערארישע גערעטענישן. דער זשורנאל האָט אף זיך גענומען די ראָליע פון א װועקער, װאָס האָט ניט אופגעהערט צו װעקן און רופן -- שטייט אוף לאאווידאס האשאפן, לאאוווידאס האליטעראטורו ער האָט ניט געלאַזט אײַנשלאָפן, ניט געלאָזץ אײַנדדעמלען, פאנאנדערגעבלאָזן די פונקען פון די זיך לעשנדיקע פײַערן, ארײַנגעלייגט זיך אין א שאָלעם צװישן די צע-

אירמע דרוקער

טעװיע גען

אין דער װעלט װערט גאָרניט פארפאלן

דער טאלאנטפולער שרײַבער רעפאָעל גלוזקין האָט זיך אוועקגעזעצט שרײַבן א גרויסן ראָמאן. דער פארטראכט איז געווען א גראנדיעזער. ס'האָט געדארפט ארויסגיין פון אונטער דער פּען אן עפּאָפּיי, וועלכע כאפּט ארום דאָס לעבן, אָנגעהױבן פון װײַט-װײַט ביז אונדזערע טעג. װאָס מער דער שרײַבער האָט זיך ארײַנגעטראכט אין זײַן קומענדיק װערק, אלץ מער האָט בא אים זיך פארברייטערט און פאנאנדערגעוואקסן דער פריִערדיקער פּלאן. די גע- שטאלטן, די בילדער, וועלכע האָבן זיך געשטויסן בא אים אין קאָפּ און ער האָט געדאנקלעך געזען פאר די אויגן, האָבן יעדן מאָל אים געצויגן אף צוריק, צו א נאָך פריִערדיקער צײַט, נאָך פריִערדיקע װאָרצלען און קוואלן. די מישפּאָכע, וועלכע ער האָט געװאָלט באשרײַבן און װאָס ער האָט צוערשט געהאט באזעצט אין א ייִדיש שטעטל אין ליטע, האָט גענומען פאָדערן און טײַנען: פארװאָס הייבסטו אָן פון טאטן און ניט פון זיידן? און פארן זיידן איז דאָך געווען אן עלטערזיידע? האָסט זיך פארמאָסטן אף א גרויסן לײַװנט, דארפסטו ניט מאכן בעקיצער, זײַ זיך מאטריִעך און שילדער היסטאָרישע בילדער, װײַז פארשיידענע ערטער, פארשיידענע צײַטן, פארגאנגענע געשעענישן, פארגאנגענע דוירעס.

איך װעל ניט אויסהאלטן אזא לאסט, און קיין יאָרן װועלן מיר ניט קלעקן, -- האָט מיט א גרויל געקלערט דער מעכאנער. -- איך בין שוין ניט קיין יונגערמאן". ,צווייפל וויי- ניקער, טו, ארבעט, זיץ און האַרעװע, און זאָג זיך ניט אָפּ פון ראכוועס, פון רוים, פון א סאך לופט! פארשמעלער ניט, מאך ניט ענג, װוילסט דאָך ארײַנברענגען אין דער ליטעראטור א װאָגיקן סייפער, און ניט איינעם, נאָר א דרײַ בענדער!"

דער באיאָרטער שרײַבער האָט מיט יוגנטלעכן ברען גענומען זיך צו דער ארבעט. ער האָט דורכגעאקערט א בארג היסטאָרישע מאטעריאלן, געגריבלט זיך אין ענציקלאָפּעדיעס, ניט צו האָבן א טאָעס אין היסטאָרישע פאקטן, פארקניפּט באקאנטשאפט מיט מענטשן, בא- האוונטע אין געשיכטע ביכלאל און אין ייִדישער ביפראט, װײַל דער ראָמאן האָט געדארפט זײַן פונעם ייִדישן לעבן. װוּ ער איז ניט געגאנגען, װוּ ער איז ניט געווען, האָט ער אָפט ארויסגענומען דעם בלאָקנאָט פון קעשענע, פארשריבן א געדאנק, א בילדל, א װאָרט, װאָס איז געקומען אפן זינען. אזויווי א גוטער שפּאָרזאמער באלעבאָס, בא וועמען סזוערט גאָרניט פארפאלן, האַט ער אלץ ארײַנגעבראכט אין זײַן שאצקאמער, אָנגעפילט זי מיט פארשיידענעם רוישטאַף, װאַס ער באדארף צום אופשטעלן און אויסבויען דעם גרויסן ביניען!

צוליב דער װויכטיקער ארבעט, װאָס ער האָט גענומען אף זיך, איז ער אװעקגעפאָרן אין א שטיל אָרט, װײַט פון מאָסקװע, ער האָט זיך דאָרט באזעצט אין א שטיבל בא אן אלט פּאָרפאָלק, ס'איז געווען דאָרט זייער רויִק און געמיטלעך, די בעסטע באדינגונגען צום שרײַבן. און ער האָט געשריבן! סזואקסט אפן טיש די צאָל אָנגעשריבענע זײַטן, סאיז שוין א גאנץ היפּשער פּאק. אף מאָרגן לייענט ער דורך די זײַטלעך, װאָס ער האָט אָנגעשריבן הײַנט, --

24

ער מעקט, אנדערשט איבער, פאריכט, שלײַפט די שפּראך. ס'גייען טעג, און ער באמערקט זי ניט. אויב סאיז אים אמאָל באשערט געווען צו האָבן נאכעס פון זײַן טוּונג, האָט ער אים איצט געהאט. אזוי, יעדנפאלס, האָט זיך אים געדוכט.

מיט דער צײַט האָט ער אָבער אלץ מער אָנגעהױבן צו בענקען. קיין מישפּאַכע האָט ער ניט 'געהאט, אָבער פּרײַנט און כאוויירים ניט װינציק. דעם אדרעס זײַנעם האָט ער זי ניט איבערגעלאָזט, מע זאָל אים ניט אָפּװוענדן מיט זײַטיקע זאכן, מיט בסורעס, וועלכע קאָנען אופרודערן און ארױיסשלאָגן אפן גאנצן טאָג, אפילע אף עטלעכע טעג פון דער ארבעט. ער האָט זיך וגעגעבן א ניידער צו לעבן אָפּגעשײדט, װוי א נאָזיר, ביז ער װעט ניט שטעלן דעם פּונקט אף דער לעצטער שורע פונעם פארענדיקטן ווערק.

,עס װעלן כאדאָשים זיך צוועלפן, זיך קייטלען אין יאָרן, -- האָט אמאָל אָנגעשריבן אין א ליד א גוטער דיכטער. ס'האָבן כאדאָשׂים זיך געצוועפלט און געקייטלט... וויפל יאָרן זײַנען אוועק, זינט דער פּראָזאיקער רעפאָעל גלוזקין האָט אָנגעהױבן שרײַבן זײַן עפּאָפּי? איין קלײניקײַט -- פופצן יאָר! און אָט קערט ער זיך אום קיין מאָסקװע. אין טשעמאָדאן ליגט דער פארטיקער מאנוסקריפּט -- אריבער אָנדערהאלבן טויזנט זײַטן! צוליב זיי זײַנען אָפּגעגעבן געװאָרן טויזנטער טעג, אָפּטמאָל אויך נעכט. און װער און װאָס איז אין זי נאָר ניט פארצייכנט? ער האָט אָנגעהױיבן אפילע ניט פונעם עלטערזיידן, נאָר פון נאָך פריַער, פון דער שפּאנישער אינקוויזיציע, פון די מאראנען. די מישפּאָכע, װעלכע ער האָט גענומען שילדערן, האָט ער ברייט צעצװײַגט -- װאָגלענישן, וואנדערונגען איבער שטעט און לענדער, דער פּאטריארך פון דער מישפּאַכע האַט אין דער יוגנט געלערנט אין קאָרדאָווא, ניצל געװאָרן פונעם פּאַגראָם, װאָס איז דאָרט פאָרגעקומען צום סאָף פון פופצנטן יאָרהונדערט, אין דרײַ יאָרהונדערטער ארום האָט מען זײַנס אן אור-אור-אורייניקל אין בערשאד אף דער אוקראינע געכאפּט און אָפּגעגעבן פאר א רעקרוט... ביסלעכװײַז, בעהאדראָגעדיק, גייענדיק פון דאָר צו דאָר, איז ער צוגעקומען צו אנדערע העלדן, יונגע, וועלכע האָבן איבערגעגעבן די מעסוירע נאָך ייַנגערע, אלץ נעענטערע צו אונדזער צײַט. ווען ער איז צוגעקומען צו די יאָרצענדליקער פונעם צוואנציקסטן יאָרהונדערט, איז אים געװאָרן גרינגער צו שרײַבן. ער האָט שוין ניט געדארפט אזויפיל באנוצן זיך מיט היס- טאָרישע קוואלן, זוכונגען אין אלטע ספאָרים. בא א סאך געשעענישן, וויכטיקסטע עפּיזאָדן, איז ער שוין אליין בײַגעװען, אין אייניקע געווען אן אָנטײלנעמער. אין לעצטן טייל פונעם װערק איז אים לויט דער סיפּער-האמײַסע אויסגעקומען שילדערן פּאָרטרעטן פון שרײַ- בער, און דאָס האָט ער געטאָן מיט א באזונדערן פארגעניגן, ער איז געװוען מיט זי פּערזענלעך באקאנט. קעדיי צו פארשאפן א ביסל האנאָע די איצטיקע שרײַבער, האָט ער זיי אויך ניט פארפעלט, מיט ליבע ארײַנגענומען זי אין א באזונדער קאפּיטל, באצייכנט יעדערן מיט אזעלכע שטריכן, אז זי זאָלן זיך דערקענען.

די האָרעוואניע, וועלכע ער האָט ארײַנגעלײגט אין דער עפּאָפּײ, איז געווען גרויס, אָבער נאָך {גרעסער איז געווען די פרייד, װאָס ער האָט זײַן ציל דערגרייכט, דאָס, װאָס ער האָט פארטראכט, האָט ער פארווירקלעכט.

אין א שאָ ארום, נאָך דעם, װי ער איז געקומען צו פאָרן קיין מאָסקװע, האָט ער שוין אַנגעהױבן קלינגען צו זײַנע פרײַנט, ער האָט געװאָלט װאָס גיכער אלעמעז דערציילן װעגן זײַן אופטו. צום אלעם ערשטן האָט ער אָנגעקלונגען א שרײַבער, מיט וועלכן ער האָט מיט פופציק יאָר צוריק צוזאמען אָנגעהױבן דעם וועג אין דער ליטעראטור. אפן אנדערן עק פון טעלעפאַן-דראָט האָט מען איבערגעפרעגט און זיך געװוּנדערט:

-- איר ווייסט דען ניט? איר האָט ניט געהערט? ער איז דאָך שוין לאנג ניטאָ, אײַך צו לאנגע יאַרן..

דאָס טעלעפאָן-טרײַבל איז פון דער בסורע אזויווי באדעקט געװאָרן מיט אײַז, און די האנט, װאָס האָט עס געהאלטן, איז אויך געװאָרן פארגליווערט. סאיז דורך לאנגע מי- נוטן, ביז ער האָט זיך א ביסל בארויִקט. דאן האָט ער אָנגעקלונגען צו א צווייטן באקאנטן שרײַבער. א יונג קלינגענדיק קעלכל האָט צוערשט ניט פארשטאנען, אף וועמען מע פרעגט זיך נאָך, דערנאָך האָט עס אויסגעשאָסן:

-- דער אלטיטשקער זיידע איז געשטאָרבן, בא מיר איז איצט א יונגער זיידע!

װײַטער האָט ער שוין מוירע געהאט צו קלינגען. ס'האָט אים ארומגעכאפּט א גרויל, ווען ער האָט א טראכט געטאָן, אז אייגנטלעך איז געשען דאָס, אף װאָס מע האָט זיך גע- קאָנט ריכטן. סאיז דאָך דורך פופצן יאָר, און שוין דאן, ווען ער איז אװעקגעפאָרן, איז ניט געווען קיין איין שרײַבער פון זײַן דאָר, װאָס זאָל ניט זײַן נאָענט צו זיבעציק אָדער אריבער די זיבעציק. ער אליין איז אויך א טיפער זאָקן, א בען שמוינים. ער ווייסט ניט, אין וועלכן

29

און אין וועמענס זכוס זײַנען אים די יאָרן פארלענגערט געװאָרן. ,ס'קומט אויס, אז דאָס װערק, װאָס איך האָב אָנגעשריבן, איז שוין עפשער דאָס לעצטע ייִדישע ווערק... דער סיעם פון א ליטעראטור'. -- און סאיז װוידער דורך בא אים א פראָסט איבערן לײַב.

ער האָט געהאט באקאנטע לייענער און גענומען קלינגען צו זיי. איינער האָט זיך אָפּגערופן. א פּאָר מאָל איבערגעפרעגט די פאמיליע, דערנאָך זיך דערפרייט:

-- כ'געדענק אײַך... אוואדע געדענק איך. א צײַט האָבן מיר פון אײַך ניט געהערט, איר זײַט שוין געוויס פון די איינציקע...

-- אויב איר װעט דערלויבן, װעל איך אראָפּקומען צו אײַך, -- האָט גלוזקין, עפשער צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן, זיך אליין אָנגעבאָטן פאר א גאסט.

-- ביטע, ביטע, -- האָט דער לייענער געגעבן די האסקאָמע, -- ביז די קינדער און די אייניקלעך װעלן קומען, איז בא מיר רויִק, און מיר װעלן קאָנען זיצן. איר װעט מיר פאר- שאפן גרויסן קאָװעד.

2

רעפאָעל גלוזקין האָט גענומען דעם טשעמאָדאן מיטן שווערן מאנוסקריפּט און איז צו- געגאנגען צו דער טיר, אָבער די טיר האָט ער ניט געעפנט. ער האָט פּלוצעם זיך דערפילט אזוי פארמאטערט, אז ער האָט געמוזט זיך אומקערן און זיך אוועקזעצן אפן דיוואן. ,כװעל זיצן ניט מער פון א האלבער שאָ, -- האָט ער באשלאָסן, -- עטװאָס זיך אָפּרוען און זיך אופהייבן און גיין..."

ער האָט זיך צוגעשפּארט מיטן רוקן צום ווייכן ווענטל פונעם דיוואן, צוגעמאכט די אויגן, און ‏ אין דער זעלבער רעגע האָט אן אומבאגרײַפלעכע קראפט אים א שרעקלעכן שלײַדער געטאָן, דער צימער מיט אלץ, װאָס דאָרט איז פאראן, האָט אזויווי פון אן ערדצי- טערניש זיך אופגעטרייסלט. גלוזקין האָט דערפילט אף זיך שארפע ברוכשטיקער פון צע- טראסקעטן און צעפלויגענעם גלאָז פון די פענצטער, די מאסיווע, גראָבע פיסלעך פונעם איבערגעקערטן טיש, די צעשפּליטערטע טירלעך און פּאָלקעס פון די צוויי שאפעס --- קליי- דער-שאפע און ביכער-שאפע. סאיז פון די שאפעס ארויסגעפאלן זייער גאנצער פארמעגן. גלוזקינס אלטע שינעל מיט די שלעכט-פארוואשענע בלוט-פלעקן, װאָס עֶר האָט געבראכט פון דער מילכאָמע און װאָס איז װי אן אָנדענק אלע יאָרן געהאנגען אין דער קליידער-שאפע, האָט איצט זיך א שפּרייט אויס געטאָן איבער אים מיט אירע צענומענע ארבל, װוי א פארווו- דעטער פויגל מיט צעפּאַלאָכעטע, אין א לעצטן געראנגל, פליגל. פון דער ביכער-שאפע האָבן אינדערלופטן זיך צעטראָגן טויזנטער בלעטלעך, ארויסגעריסענע פון די בוך-אײַנבונדן, און אזויווי מיט מעסערס האָבן רעפאָעלן געהאקט איבערן קאָפּ די הארטע קאנטן פון די גרויסע ענציקלאָפּעדיעס און ווערטערביכער.

א צעמיימעסטער, א פארװוּנדעטער, צװישן לעבן און טויט, קימאט אָן אן אָטעם, איז ער געבליבן ליגן אונטערן אָנגעוואלגער פון דער צעבושעוועטער מאסע צעשטויסענע, צע- בראָכענע, צעריסענע, צעפליקטע זאכן -- מעבל, גלאָז, האָלץ, פּאפּיר. אין א צײַט ארום, -- ער ווייסט ניט, וויפל סאיז דורך, זינט די קאטאסטראָפע איז געשען, -- עפשער א שאָ, און עפשער א טאָג, א מעסלעס, האָט ער דערשפּירט, אז א לעבעדיקער אָדער, פונדעסטוועגן, קלאפּט נאָך בא אים, סקלאפּט דער אָדער באם לינקן שלייף. ער האָט דערפילט א ווייטיק אין די גלידער, און דאָס האָט אים דערפרייט. אז מע פילט א װוייטיק, איז דאָך דערפון גע- דרונגען, אז מע לעבט. אינגיכן זײַנען די װייטיקן געװאָרן נאָך שטארקער. ,איצט לעב איך שוין געוויס', -- האָט ער זיך געטרייסט. מיט גרויסער אָנשטרענגונג האָט זיך אים אײַנגע- געבן ביסלעכװײַז ארויסבאפרײַען זיך פון די אָנגעשלײַדערטע אף אים זאכן. סאיז געװאָרן א ביסל גרינגער צו עטעמען.

א גרויסע פרייד, נאָך א גרעסערע, איידער דעמלט, וװען ער האָט דערפילט, אז ער לעבט, האָט אים ארומגעכאפּט, ווען ער האָט הערזען, אז דער קסאוויאד, איבער וועלכן ער האָט געהאָרעװעט, מאקריוו זיך געווען אין מעשעך פון אזויפיל יאָרן, איז גאנץ. אָט איז ער, דער טשעמאָדאן מיטן טײַערן מאנוסקריפּט. סאיז אים אײַנגעפאלן דאָס הארץ פונעם געדאנק, אז עפשער איז דער טשעמאָדאן געװאָרן ליידיק, די בלעטלעך זײַנען פון אים ארויסגעפלויגן. ניין, דאָס דעקל איז צוגעמאכט, פארשלאָסן אף די שלעסלעך. פונדעסטוועגן, קעדיי זיך איבערצײַגן, אז דער מאנוסקריפּט איז דאָ, האָט ער דאָס דעקל אופגעשלאָסן. אלץ איז געווען

26

אפן אָרט. זײַטל צו זײַטל. פון אויבן האָט געבלאנקט דער פאָדערבלאט מיטן נאָמען פונעם ווערק: ,אין לענדער דורך יאָרהונדערטער".

ס'האָבן פון צופרידנקײַט באם אלטן מעכאבער זיך אײַנגעשטילט די װייטיקן אין די צעבײַלטע אייוורים. מיט יעדער מינוט איז אים געװאָרן גרינגער, בעסער. און פּלוצעם, װי- דעראמאָל, האָט עפּעס א שטארקסטע בלינדע קראפט אן איימעדיקן שטויס אים געטאָז, נאָר דאָס מאָל ניט אומגעשלײַדערט אפן דיל, ניט פארהאָגלט און ניט צונויפגעקלעמט מיט א געפערלעכן אַנגעוואלגער פון ברוכשטיקער, ניט אונטערדריקט מיט א שװערער לאסט, ניט אָנגערירט קיין איין גליד. פארקערט, סאיז אים געװאָרן גרינג, אזוי גרינג, װי ער װאָלט געווען א יונגערמאן, וועלכער פילט אף א האָר ניט די שװערקײַט פונעם קערפּער, די לאסט פון יאָרן. אן אויסערגעוויינלעך גרינג-געװאָרענעם, האָט אים, װי א פעדערל, א הייב ‏ געטאָן אינדערלופטן, און דורך אן אָפּענעם כאַלעל אין דער סטעליע געגעבן א טראָג אוועק אין דער הייך, אלץ העכער און העכער. א שטארקער װוינט פון אונטן האָט אים געהויבן ארוף-צו, ניט געלאָזט פאלן, אָפּװענדן זיך אין א זײַט -- נאָר ארוף און ארוף, העכער און העכער. און דאָס פליִען אזוי הויך האָט אים ניט דערשראָקן, סאיז אים געווען פריידיק אפן הארצן. די אויגן זײַנען געװאָרן אלץ װײַטזיכטיקער, סאיז ניטאָ פאר װיי קיין ‏ גרענעץ, ניטאָ אזא מע- האלעך, װאָס זייער שארפער בליק זאָל ניט אופכאפּן און ניט דערזען.

אזויווי ער װאָלט געקוקט אין א מעכטיקן טעלעסקאָפּ, האָט ער בוילעט געזען די קרוין, וועלכע באשירעמט דעם פײַערדיקן זון-קײַלעך, דעם װײַסלעכן פּאס, װאָס ציט זיך פון איין ברעג הימל ביז צום אנדערן און װאָס מע רופט אים אף דער ערד -- מילכוועג. פיל נעענטער און אָנשױלעכער זײַנען געװאָרן די שטערן, וועלכע אסטראָנאָמען באצייכענען מיטן נאָמען שוואכע", װײַל זי זײַנען אמערסטן דערװײַטערט פון די איבעריקע שטערן. אין די יוגנט- יאָרן האָט רעפאָעל גלוזקין ליב געהאט צו באזוכן דעם פּלאנעטארי, אויסהערן דאָרט א לעקציע וועגן די פארמעגנס, וועלכע דער הימל אנטהאלט אין זיך, װעגן די גאלאקטיקעס פון דער אלוועלט. אָבער װי קליין און קינדערש האָט אויסגעזען דער קינסטלעכער פּלאנע- טארי-הימל און אפילע דער עמעסער הימל, ווען מע קוקט אף זיי פון דער ערד, אין פאר- גלײַך מיטן הימל, אין וועלכן ער האָט איצט זיך געטראָגן, ארײַנגעשניטן זיך אין זײַן טיפ- קײַט און איז אליין געװאָרן א קערפּער, װאָס וויל זיך אײַנגלידערן אין וועלט-רוים.

װאָס מער ער האָט זיך דערװײַטערט פון דער מוטער-ערד און איר אײיביקער באגליי- טערן -- די לעװאָנע, אלץ קלענער זײַנען זיי געװאָרן, די דאָזיקע צוויי היימישע פּלאנע- טעס -- מאָנטשינקע גרײַפּעלעך. ער פליט שוין א מעסלעס, און א צווייטן מעסלעס, און א דריטן, און נאָך און נאָך מעסלעסן, און צו דער קאָסמישער רײַזע נעמט ניט קיין ענדע. די צײַט האָט ער געװוּסט -- אף דער האנט איז בא אים געווען א זייגער, װאָס די פרײַנט זײַנע, כאוויירים-שרײַבער האָבן אים אונטערגעטראָגן צו זײַן זעכציקיאָריקן יוביליי (דער יוביליי איז געווען ניט לאנג פאר דעם, װי ער האָט זיך אָפּגעזונדערט פון אלעמען און אװעקגעפאָרן, קעדיי אָנצושרײַבן דאָס קרוין-װוערק זײַנס). דער זייגער האָט געהאט אפן ציפערבלאט א פענצטערל, װאָס װײַזט דעם טאָג און דעם כוידעש. אזויארום האָט רעפאָעל געהאט א גע- נויעם כעזשבן. ער האָט גוט פארגעדענקט דעם טאָג -- דינסטיק, -- ווען ער האָט זיך אומ- געקערט פונעם פארװאָרפענעם דאָרף קיין מאָסקװע, איצט איז שוין געווען זונטיק, קימאט א װאָך, זינט סאיז מיט אים געשען דאָס אויסערגעוויינלעכע... ער ווייסט ניט, װיאזוי מע דארף דאָס אָנרופן -- אומגליק, קאטאסטראָפע, אָדער עפשער גליק, מאזל, געבענטשטער גוירל, װאָס קיין איין מענטשן אף דער ערד איז ביז אים נאָך קיינמאָל ניט אויסגעפאלן צו געניסן פון דעם.

די טויטע שטילקײַט, וועלכע האָט געהערשט אין רוים א גאנצע װאָך, איז אף דער אנדערער װאַך איבערגעריסן געװאָרן. ס'האָט זיך גענומען הערן א גערודערײַ, און װאָס װײַטער -- אלץ מער. פארשיידענע קלאנגען -- קורצע, לאנגע, אָפּגעהאקטע, צעצויגענע האָבן זיך גענומען שטויסן אין רעפאָעלס אויערן, און מיט יעדער מינוט אלץ בוילעטער, דײַטלעכער. מע קאָן שוין אונטערשיידן איין קלאנג פונעם אנדערן, מע קאָן זי צעגלידערן אף באזונדערע פאָנעמעס. אין א געוויסן צײַט-אָפּשניט ארום האָט ער אָנגעהױבן אופכאפּן זייער באקאנטע, היימישע ווערטער, אזויווי זיי װאָלטן געווען געווענדט צו אים. מע רופט, דוכט זיך, אים אין א גאסטפרײַנטלעכער שטוב: ,קום אהער! בלאַנדזשע ניט, מיר אלע זײַנען דאָ!"

ער הערט ארום זיך -- מע רעדט, מע זינגט, מע דעקלאמירט אף א ריינעם יָדיש. רעפאָעל צופּט, קנײַפּט מיט איין האנט די אנדערע האנט, קעדיי זיך איבערצײַגן, אז ער

27

לעבט, ער עקזיסטירט און אז דאָס, װאָס די אויערן זײַנע הערן, איז ניט קיין אויסטראכטע- ניש, נאָר ס'קומט פאָר אין דער װירקלעכקײַט.

קיינעם זעט ער ניט, נאָר די שטימען, די קוילעס זײַנען אים פון לאנג זייער און זייער באקאנט, יעדער קאָל באזונדער, און ער שטעלט זיך פאָר אין געדאנק דעם מענטשן, צו װע- מען דאָס קאָל געהערט. ער זעט, דוכט זיך, באשײַמפּערלעך, ויאזוי איינער און א צווייטער און א דריטער האָבן אויסגעשטרעקט זייערע הענט, א דריק צו טאָן זײַן האנט, מע האָט אים ארומגענומען, מע באגריסט אים און מע רעדט צו אים מיט דיכטערישע סטראָפעס.

קום, מענטש, לאָמיר גיין...

פון דער זון נאָר איין נון אין הארץ איז געבליבן.

ווען איך װאָלט דעם הימל אף ריין איבערגעשריבן, -- צום פענצטער מײַן פאָלק געװאָרפן א גרײַפּעלע טרייסט, די וועלט װאָלסט באווונדערט, מײַן אלטינקער אלעפבייס. דײַן שײַן צינד איך אָן, װי א מענוירע אפן טיש, אונדזער גוירל זאָל ניט זײַן מער געפּלאָגט און צעמישט.

,סאיז דאָך מאָטל גרוביאן, -- דערפרייט זיך רעפאָעל, -- זײַן קאָל, זײַנע פערזן, זײַן פארקישעפנדיקע דיכטונג". רעפאָעל שטרעקט אויס די האנט, און ער פילט, אז מאָטל גרו- ביאן האָט אויך אויסגעשטרעקט זײַן האנט, און ביידנס הענט שליסן זיך צונויף. מע האָט זיך ארומגענומען און זיך צעקושט. דער קוש איז געזאלבט מיט דער בענטשונג פון אלע שטערן אין הימל,

טייקעף האָט זיך דערהערט א צווייט קאָל, און רעפאָעל האָט געדאנקלעך דערזען פאר די אויגן א קאָפּ מיט גאָלד-קאָליריקע האָר, בלויע אויגן, און א שמייכל שוועבט אף די שיינע דינע ליפּן. דאָס קאָל דעקלאמירט:

כ'וועל אוועק אין די בערג,

איך באדארף קיין באגלייטער. כזוועל אוועקגיין, דו הערסט, אין א װעלט, אין א צווייטער.

פון מײַן טראָט װעט א שטיין צו דעם אָפּגרונט זיך ווארפן. סװעט אן עכאָ דערגיין

צו דײַן אוער דײַן שארפן.

-- ס'דערגייט, סאיז דערגאנגען, ליבער אװראָם גאָנטאר! -- האָט א גערירטער ביז טרערן אויסגעשריען רעפאָעל. און נאָך אװראָם גאָנטארס קאָל האָט ער דערהערט א דריטע שטים, מוישע טייפס.

-- א ליבער גאסט! קום ארײַן אין מײַן זאװוּלעק און הער מײַן ליד;

אָ, נעם מיך, װוינט, אין דײַנע אָרעמס, פלי! אין רעגנבויגן באָד מיך אויס,

און זאָל פון דאָרט צוריק מײַן ליד

א נײַ-געבוירענע ארויס...

און װי א שוימער װעט זי שטיין אף װײַטע קװאָרים יאָרנלאנג.. ניין, ניט קיין טויטע ליגן, ניין! עס קאָן ניט שטארבן קיין געואנג!

-- ניטאָ דאָס יאָר, -- הערט רעפאָעל װײַטער מוישעס קאָל, -- סזאָל עמעצער ניט קומען צו פּליען צו אונדזער מעסיבע. אָט איז גאָר א נײַינקער. הערשעלע! -- האָט ער א רוף געטאָן.

28

און ס'האָט זיך גלײַך דערהערט א קלינגענדיקער געלעכטער. רעפאָעל האָט מיט א צאפּלדיק הארץ אזויווי דערוען פאר זיך הערשל רעמעניקס גרויסן קאָפּ, זײַנע בליצנדיקע שווארצע אויגן און איידעלן קערפּער.

-- באָרוך האבאָ! -- האָט הערשל מיט צארטקײַט באגריסט רעפאָעלן. -- ביכלאל װאָלסטו נאָךר געמעגט צוווארטן און ניט פארלאָזן די ערד. נאָר וויבאלד דו ביסט שוין אראָפּ- געקומען, נעמען מיר דיך ארײַן אין דער אײביקײַט.

רעפאַעל האָט געהאלטן אָנגעשפּיצט די אויערן צו דערהערן נאַך באקאנטע קוילעס. ער האָט געװאָלט אלעמען הערן, אלעמען געדאנקלעך ארומנעמען.

-- װוּ זײַנען די איבעריקע? -- האָט ער געפרעגט.

-- אלע זײַנען דאָ, ס'איז אונדזער ווינקל, -- האָט הערש רעמעניק דערקלערט. -- דערקענסט אַט דאָס קאָל?

און שמועל האלקין האָט אזויווי א טפילע, שטיל און מיט הארץ, דורכגעלייענט:

ווען אָנקומעז װעט יענע פרעמדע צײַט,

ווען װילד װעט זײַן דאָס בילד און דער באדײַט פון אָט דעם אָס, װאָס איצטער איך פארשרײַב מיט מארך פון מארך מײַנעם, מיט בלוט פון לײַב; פון זי -- די טעכטער אונדזערע און זין,

פון זיי פארהילט װעט זײַן פון אָס דער זין

און פונעם װאָרט דער קלאנג, פון זאץ דער כיין... איין זאך צו זייער הארץ זאָל כאָטש דערגיין:

מיר האָבן אף דער שפּראך געלעבט, איין מיין

בא אלע אונדז געווען: סזאָל ווערן ריין

די וועלט, דאָס שלעכטס אין איר זאָל אונטערגיין.

-- דו הע-סט? דו הערסט? -- האָט טייקעף נאָך שמועל האלקינען זיך דערהערט אירמע דרוקערס הילכיק-זינגענדיק קאָל, -- די װעלט איז פול מיט נעגינע! װי טײַכן בא- שטייען פון איינציקע טראָפּנס, א קלאנג אין א קלאנג, א קלאנג פון א קלאנג, -- און די ברעגן גייען איבער; װי וואסער רייניקט, אזוי רײיניקט די נעגינע פון אלע אומרײינקײַטן. די נעגינע ווייסט ניט פון קיין פרעמדקײַט, זי איז אלעמענס, מע דארף בלויז האָבן אן אָפענעם מויעך און אן אָפן הארץ... דוירעס האָבן ארײַנגעזונגעז און ארויסגעזונגען פון אונדז, און דערפאר זײַנען מיר געװאָרן אן אם-האנעגינע -- א פאָלק פון נעגינע! לעבט דער ניגן, שטארבט ניט דאָס פאָלק.

-- איצט זײַ אזוי גוט, -- האָט אירמע דרוקער נאָכדעם, װי ער האָט מיט גרויסן געפיל אויסגעזונגען זײַן היסלײַװעס צו נעגינע, זיך געווענדט צו רעפאָעלן, -- זײַ אונדז אויך מיט עפּעס-װאָס מעהאנע... װאָס ליגט בא דיר אין טשעמאָדאן -- אוואדע א מאנוסקריפּט? מיר אלע האָבן אלץ איבערגעלאָזט דאָרט, אף דער ערד,

רעפאָעל האָט מיט פרייד און מיט אומרו ארויסגענומען פון טשעמאָדאן דעם קסאוויאד און יאָמטעװדיק, פײַערלעך דורכגעלייענט א פּאָר זײַטלעך. ער האַט געפילט, אז מע הערט אים זייער אופמערקזאם און אז זײַנע ווערטער טראָגן זיך און װערן אופגעכאפּט ניט נאָר אינדערנאָענט, נאָר אויך אין די װײַטע װײַטן,

-- סאיז ניט פארפאלן געװאָרן מײַן ארבעט, מײַן פופצניאָריקע האָרעוואניע? -- האָט ער געפרעגט מיט שרעק און מיט האָפענונג.

און א סאך קוילעס האָבן אים געענטפערט:

זיי. אק דער וועלט ווערט גאָרניט פארפאלן.

-- דאָס לײַב, דער גוף איז כוימער, מאטעריע, כעמישער שטאָף, אָבער דער גײַסט בלײַבט לעבן.

-- סלענט די נעשאָמע.

-- און װאָס איז ליטעראטור, אויב ניט די נעשאָמע פון דער אלוועלט?

בא די װוערטער האָט גלוזקין זיך אופגעכאפּט פון שלאָף, אופגעעפנט די אויגן. ער האָט זיך דערזען אין צימער, זיצנדיק אפן דיוואן. אין די אויערן האָבן נאָך א לענגערע װײַלע געקלונגען, אזויווי הילכיקע גלעקער, די קוילעס, וועלכע ער האָט געהערט אין כאָלעם. ער האָט ניט געװאָלט, אז זיי זאָלן פארשווינדן. סארא גוטער כאָלעם דאָס איז געווען, -- האָט ער געזאָגט צו זיך.

29

ער האָט זיך דערמאָנט, אז ער האָט א גאנג, סזוארט אף אים אן אלטער לייענער. ער האָט פאריכט אף זיך דעם בעגעד, איבערגעבונדן דעם שניפּס, גענומען דעם טשעמאָדאן מיטן מאנוסקריפּט און איז ארויס פון שטוב.

3

די נײַס, אז סזויל צו אים קומען דער שרײַבער רעפאַעל גלוזקין, האָט אפן לייענער, מע רופט אים מייער זעווין, געמאכט א שטארקן אײַנדרוק. דאָס גאנצע לעבן איז ער געווען און פארבליבן ביז איצט, ווען ער איז שוין אלט פינף און זיבעציק, א גרויסער ליבהאָבער פון ליטעראטור ביכלאל און פון ייִדישער ביפראט. ער האָט געהאט ;זײַנע" שרײַבער, וועלכע ער האָט באזונדערס געשעצט און געשטעלט אױבנאָן. רעפאָעל גלוזקין איז געווען צװישן אָט די אויסדערװײילטע. אמאָל, מיט יאָרן צוריק, האָט ער אפילע זיך דורכגעשריבן מיט אים און ניט געהאט קיין פאריבל, אויב דער שרײַבער האָט אָפּטמאָל געענטפערט מיט קורצע אײַליק- אָנגעשריבענע בריוולעך. ,אויב ער װעט יעדן לייענער ענטפערן גענוי און לאנג, װעט ער ניט האָבן קיין צײַט צו שרײַבן זײַנע ווערק", -- איז מייער זעווין אים מויכל געווען די גע- ציילטע שורעלעך פון די ענטפערס, װאָס ווערן דערצו נאָך געשיקט מיט א פארשפּעטיקונג. ער האָט זיי פארהיט, די בריוולעך, װוי טײַערע רעליקוויעס.

,מע דארף, אז אף דער באגעגעניש מיטן כאַשעװון גאסט זאָלן בא מיר אין שטוב בײַזײַן נאָך א פּאָר לייענער, סזועט דאן זײַן יאָמטעװודיקער", -- האָט ער א טראכט געגעבן און אָנגעהויבן קלינגען אין טעלעפאָן צו באקאנטע ייִדיש-לייענער אין זײַן עלטער. דאָס ערשטע װאָרט, מיט וועלכן ער ווענדט זיך צו זיי, איז ,רעב". ער האָט א רעב מוישען, א רעב נאָכע- מען, א רעב הירשלען, א רעב יעכיעלן... די װײַבער האָבן ליב אַנצוזאָגן די מענער זייערע א גוטע בסורע: ,גיי צום טעלעפאָן, סזויל מיט דיר ריידן דײַן ,רעב". איר װעט שוין ביידע מיסטאמע אָפּרײדן א גאנצע שאָ".

די טעלעפאָן-געשפּרעכן זײַנען טאקע גאנץ לאנגע. מע הייבט אָן פון דער , פּאָגאָדע", פון געזונט, דערנאָך גייט מען אריבער צו מער אלגעמיינע פראגן: ,הײַנטיקע ,, פּראוודא" האָט איר שוין געלייענט?" -- און מע רעדט א ביסל ארום די וויכטיקערע אינלענדישע און אויס- לענדישע נײַס. אויב סצייט דאָס לעצטע דריטל אין כוידעש, פרעגט מען זיך נאָך: ;דעם זשורנאל האָט איר שוין באקומען?". דעם נאָמען דארף מען ניט אָנרופן, ס'איז אזוי אויך קלאָר, אז' מע מיינט ,סאָװעטיש היימלאנד", און צי מע האָט אים שוין געקראָגן, דעם זשור- נאל, אָדער נאָך ניט געקראָגן, נאָר פון דער ליטערארישער סטעזשקע, אף וועלכער מע איז ארוף, אײַלט מען זיך ניט אראָפּצוגײן. צווישן די װינציקע פארגעניגנס, וועלכע זײַנען פאר- בליבן בא אָט די אלטע לײַט, זײַנען צוויי פארגעניגנס די גרעסטע: אייניקלעך און ליטערא- טור. צוליב די אייניקלעך שפּאָרט מען ניט קיין געלט, און קיין געזונט, און קיין הארץ- איבערלעבונגען, נאָר נאכעס האָט מען אויך. גרויס איז די האנאָע, ווען מע זעט, װי די נײַע שפּראַצונג, דער ייִנגסטער דאָר וואקסט, הייבט זיך העכער, יאָגט דיך שוין באלד אין װוּקס אריבער... נו, און דער צווייטער פארגעניגן איז -- ליטעראטור. מע טאָר ניט אָנשטרענגען די אָפּגעשוואכטע אויגן, נאָר א נײַ װערק װעט מען איבערלייענען; די פיס שלעפּט מען קוים, אָבער אף א ליטערארישן אַװנט װעט מען גיין און מע װעט דערנאָך באדויערן, װאָס אזעלכע אַװנטן קומען זעלטן פאָר.

איצט האָט מייער זעווין, א ביסל א צעטומלטער און יאָמטעודיק-אופגערודערטער, געשריִען אין טעלעפאָן-טרײַבל:

-- אויב איר האָט כיישעק, רעב מוישע (רעב נאָכעם, רעב הירשל, רעב יעכיעל), בײַי זײַן אף א באגעגעניש מיט א שרײַבער, איז טייקעף קומט צו מיר!

און פארהעלטניסמעסיק גאנץ גיך, אויב נעמען אין אכט דעם מעהאלעך, װאָס יעדערער פון די אײַנגעלאדענע האָט געדארפט דורכמאכן אין מעטראָ און אין אװטאָבוס, איז מען זיך צונויפגעקומען בא מייער זעװוינען אין שטוב.

-- א האלבן מיניען האָבן מיר, -- איז מייער געווען צופרידן און געבעטן דעם אוילעם זעצן זיך צום טיש.

די באלעבאָסטע, מייערס פרוי, איז געווען פארטאָן אין דער קיך. ווען זי זאָל געווען וויסן, אז סזועלן זײַן געסט, װאָלט זי באצײַטנס צוגעגרייט, מיט װאָס מעכאבעד צו זײַן, אין ,כאָלאָדילניק" איז הײַנט גראָד געווען פּוסטלעך. אָבער װאָס אייגנטלעך דארפן אלטע לײַט? א גלאָז הייסע טיי.

2 30

ווארטנדיק אפן שרײַבער, האָט דער , האלבער מיניען" דערװײַל געפּרוװוט זיך דערמאָ- נען די װערק, װאָס רעפאָעל גלוזקין האָט אמאָל אָנגעשריבן. איינער דעם אנדערן האָט עק- זאמענירט, צי מע געדענקט אזא און אזא , פּאָוועסט" זײַנע אָדער דערציילונג. גאָט צו דאנ- קען, עפּעס-װאָס האָט מען פארגעדענקט, און אז סזועט קומען צו רייד, װעט מען קאַנען ארױיסװײַזן געוויסע באהאװונטקײַט אין זײַן שאפונג.

מע האָט אָנגעקלונגען אין דער טיר.

-- לזיף ניט, ליובע! -- האָט מייער אויסגעשריען צו זײַן פרוי, װאָס איז אװעקגעלאָפן צו דער טיר. -- איך װעל עפענען! -- און ער האָט געשווינד א הייב אוף זיך געטאָן פון אָרט און ליובען אריבערגעיאָגט,

מיטן טשעמאָדאן אין האנט איז אפן שװועל געשטאנען רעפאָעל גלוזקין.

-- איך האָב, דוכט מיר, געטראָפן אהין, װוּ איך דארף, -- רעפאָעל האָט געזשמורעט 2 אויגן פון דער ליכטיקער שײַן אין קאָרידאָר.

-- געטראָפן, אוואדע געטראָפן! מיר האָבן שוין אָנגעהױבן זיך באומרויקן, װאָס איר זײַט ניטאָ. -- מייער האָט איבערגענומען פון רעפאָעלס האנט דעם טשׂעמאָדאן.

-- א גאנץ שווערער, -- האָט ער באמערקט. ער האָט געהאָלפן דעם גאסט אױסטאָן דעם מאנטל, אונטערגעטראָגן אים א בענקעלע אװועקצוזעצן זיר און אָנטאָן שטעקשיך. , זאָלן בא אײַך אָפּרוען די פיס', -- האָט ער געזאָגט צו אים, דערנאָך ערשט האָט מען שטארק געדריקט זיך די הענט און זיך צעקושט, װי אלטע טײַערע פרײַנט. מע איז ארײַנגעקומען אין צימער, װוּ סהאָט זיך פארזאמלט דער ניט-גרויסער אוילעם.

-- א גאסט, א גאסט! א ליבסטער גאסט! -- האָבן די לייענער מיט באגײַסטערונג אופגענומען דעם שרײַבער.

סאיז געווען זייער געמיטלעך באם טיש, אין דער היימישער מעסיבע. מע האָט זיך פאנאנדערגערעדט, סאיז געווען װאָס צו פרעגן, װאָס צו דערמאַנען, װאָס צו באוויליקן און װאָס צו באדויערן, װאָס צו ארומטראכטן און באקלערן.

דער לייענער רעב מוישע (מאָיסײ זאלמאנאָוויטש) האָט אָנגעהויבן הויך זיפצן און טרויעריק ארײַנשמייכלען אין שניי-װײַסן בערדל.

-- װאָס זיפצט איר און װאָס שמייכלט איר אזוי טרויעריק, רעב מוישע? -- האָט מען בא אים געפרעגט.

-- סאיז דען ניטאָ פון װאָס צו טרויערן, -- האָט ער געענטפערט. -- א פּאָעט בין איך ניט, נאָר אין די יונגע יאָרן האָב איך א ביסל געזינדיקט, געגראמט. וועלכער באַכער שרײַבט ניט אין דער יוגנט קיין לידער? איצט, אף דער עלטער, האָב איך װוידער אָנגעהויבן זינדיקן דערמיט, און איך האָב פארפאסט... ניין, ניט פארפאסט, ס האָט זיך בא מיר אױיסגעגאָסן פון סאמע הארצן. סאכאקל פיר שורעלעך.

ייִדיש-לאָשן, מאמע-לאָשן,

סאיז דאָס לאָשן קימאט פארלאָשן. ווערטער אלטע, ווערטער טרײַע, ס'איז פארשווּנדן אײַער פײַער.

-- אָפּגעזאָגט דעם ראבאַנען-קאדיש! -- האָט זיך אָפּגערופן רעב יעכיעל (איכיל מארקאָװויטש) און די זקייניש-געקנייטשטע באקן האָבן רוט זיך צעפלאמט, א פײַערל האָט זיר אָנגעצונדן אין די אויגן. -- סזײַנען דאַך נאָך פאראן שרײַבער און סזײַנען נאָך פאראן ייענער!

-- מישטיינסגעזאָגט, וויפל שרײַבער? איבערצוציילן אף די פינגער. און לײענער? מיט יעדן יאָר -- אלץ װינציקער און װינציקער,

-- א גרויסער אָפּטימיסט בין איך אויך ניט, -- איז ארײַנגעטראָטן אין דער אָנגעהױ- בענער דיסקוסיע רעב הירשל (גריגאָרי כאנאניעוויטש). -- אלע מײַנע יאָרן בין איך געווען א בוכהאלטער, נאָר מיט קיין , פּריפּיסקעס", מיט צושרײַבן אזעלכס, װאָס עס איז ניטאָ, האָב איך קיינמאָל זיך ניט פארנומען. איך בין אוועק אף פּענסיע אַרנטלעך און לײַטיש... װעל איך איצט אויך ניט גיין קעגן עמעס. ניט נאָר אפן גאס, נאָר בא זיך אין שטוב הער איך איצט זעלטן א ייִדיש װאָרט. אפילע דאָס װײַב מײַנס, װאָס שטאמט פון אזא אמאָליקן ייִדישן שטעטל װי בערשאד און האָט זיבן יאָר געלערנט דאָרט אין דער ייִדישער שוֹל, רעדט שוין אויך ניט מיט מיר אף אונדזער מאמע-לאָשן. און פונדעסטוועגן... פונדעסטוועגן זאָג איך ניט, אז סאיז שוין אויס. אָט האָב איך ניט לאנג צוריק איבערגעלייענט זייער א פּײַנע פּאַ-

31

וועסט פון א ייִדישן שרײַבער, װאָס איז נאָך ניט אלט קיין פערציק יאָר. ער האָט א פּאָעטישע שפּראך, ברענגט ארויס שיינע בילדער. ער באשרײַבט זײַן קינדהײַט. די געשיכטע זײַנע הייסט נעס..."

-- (גלייבט איר אין ניסים? -- האָט א לאך געטאָן דער פּעסימיסט רעב מוישע.

-- װאָס מיינט איר? -- האָט גענומען דאָס װאָרט רעב נאָכעם. -- סטרעפן ניסים אויך, באזונדערס בא אונדז, ייִדן. נאָר אויב איר דארפט ניט קיין ניסים, װעל איך אײַך מאכן א כעזשבן אָן זיי. דער שרײַבער, װאָס איז איצט אלט פערציק יאָר, װעט דאָך, מירצעשעם, ביז ער װעט זײַן אין אונדזער עלטער, באװײַזן אָנשרײַבן ניט איין פּאָװועסט און ניט איין ראָמאן...

-- און װוּ װעט ער נעמען לייענער?

-- מע דארף נאָר שרײַבן גוט, וועלן לייענער זײַן.

איין שרײַבער קאַן ניט פארבײַטן א גאנצע ליטעראטור!

-- שרײַט ניט, רעב מוישע! איר זײַט ניט קיין קויהען און דוכנט ניט! עס זיצט מיט אונדז באם טיש נאָך א שרײַבער -- זייער א כאָשעװער, האָבן מיר שוין צוויי. ענדיקט זיך דאָך ניט מיט די צוויי דאָס גאנצע צעטל. א צענדליק שרײַבער און א טויזנט לייענער װעלן נאָך זײַן, גלייבט מיר, אין יאָרן און יאָרן ארום. איז ניט קיין מיליאָנען! יעדער שרײַבער און יעדער לייענער וועלן דערפאר זײַן צוגלײַך מיט גאָלד.

-- מיר, די אלטע זיידעס, -- האָט געזאָגט מייער זעווין, -- דארפן אויסלערנען אונד- זערע אייניקלעך און אורייניקלעך דעם ייִדישן אלעפבייס, װעט די ייִדישע ליטעראטור ניט אונטערגיין.

צום לעצט האָט גערעדט רעפאָעל גלוזקין.

-- איך דאנק אײַך, מײַנע ליבע לייענער, פארן פרײַנטלעכן אופנאם. איך דערמאָן זיך די צײַט, ווען איך בין געווען נאָך גאָר א יונגער שרײַבער, אן אַנפאנגער. איך האָב אין דער ליטעראטור געשטעלט די ערשטע טריט. אין יענע װײַטע יאָרן האָט איינער א ייִדישער שרײַי בער, וועמען איך האָב זייער געשעצט און שעץ זײַנע ווערק ביז איצט, א זאָג געטאָן, אז דער איצטיקער דאָר ייִדישע שריפטשטעלער איז שוין דער לעצטער. זײַנע רייד האָבן אף מיר געמאכט א שרעקלעכן אײַנדרוק, זיי האָבן דורכגעקלונגען, װי א טויט-אורטייל. איך האָב זיך ניט פאָרגעשטעלט, צוליב װאָס איך זאָל לעבן אף דער וועלט. אלע מײַנע שטרעבונגען, אלע מײַנע האָפענונגען, אלע מײַנע פּלענער זײַנען געווען פארבונדן מיט דער ייִדישער לֵי- טעראטור, װאָס מײַן שענסטער טרוים איז געווען צו װוערן איינער פון אירע שעפער. און אָט זאָגט מען מיר, אז זי שטארבט אָפּֿ. גוט איז צו זײַן אן אָנהײבער, שווער איז זײַן פון די לעצטע. אָבער די פּען האָב איך דאן ניט ארויסגעלאָזט פון דער האנט. איך בין מיט אלע מײַנע פרײַנט, יונגע און עלטערע שרײַבער, געגאנגען אין אויסגעקליבענעם ועג, און ווען איך בין געזעסן באם שרײַבטיש און געשריבן, האָב איך ניט געטראכט וועגן שטארבן, נאָר אָפּגעגעבן אלץ, װאָס עס איז מיר געשאָנקען געװאָרן פון דער נאטור און װאָס איך האָב געהאט אָנגעזאמלט פון מײַן לעבנס-דערפארונג אף ארײַנצוברענגען אין דער ליטעראטור יט געשטאלטן, נײַע בילדער, נײַע געשיכטעס, און ניט נאַר נײַע, נאָר אויך אלטע, אָבער מיט א נײַעם בליק אף אלטע געשעענישן. סאיז געווען, מיסטאמע, א פעלער פון מײַן זײַט, װאָס איך האָב אף א לאנגער צײַט אָפּגעריסן זיך פון מײַנע פרײַנט און באקאנטע, פארקליבן זיך אין א װײַט אָרט, אָבער דאָס איז געטאָן געװאָרן מיטן פארלאנג, אז דאָס װערק, װאָס איך האָב פארטראכט אלס קרוין-ווערק פון מײַן גאנצער שאפונג, זאָל טאקע זײַן אזא איג- דערעמעסן, גוט אױסגעטראָגן, גוט דורכגעטראכט, גוט אױסגעמײַסטרעװעט אין יעדער שורע. איך האָב אף דעם ניט געקארגט מײַנע יאָרן און קויכעס. איך װויל אײַך איצט איבער- לייענען, ניט צו פארמאטערן, נאָר א דרײַ-פיר זײַטלעך; אויב אײַך װעט געפעלן און איר װעט װעלן הערן װײַטער, װעל איך מיט פארגעניגן קומען צו אײַך נאָכאמאָל.

דער שרײַבער האָט ארויסגענומען פון טשעמאָדאן דעם מאנוסקריפּט און אוועקגעלייגט אפן טיש.

--- אזויפיל, קיין אײַנהאָרע, אָנגעשריבן? -- האָט מען זיך געװוּנדערט. -- אוואדע מער פון א טויזנט זײַטן.

-- טויזנט זעקס הונדערט און פופציק, -- האָט פארפּינקטלעכט דער מעכאבער.

ער האָט אָנגעהויבן לייענען, -- ניט געײַלט, דײַטלעך, סזאָל דערגיין יעדעס װאָרט. מע האָט אים געהערט זייער אופמערקזאם. גלײַך פון אָנהײב האָט פארכאפּט דער סיפּער- האמײַסע, װאַס אנטװויקלט זיך שוין אף די ערשטע זײַטלעך אָנגעשטרענגט און דראמאטיש.

דערװײַל האָבן אָנגעהױיבן צוזאמענקומען זיך די בניי-באיס. מייער זעווינס יַנגערע טאָכטער, װאָס לעבט מיט די עלטערן, האָט זיך אוועקגעשטעלט הינטער דעם טאטנס פּלײצע.

2--18 32

די שפּראך האָט זי ניט געװוּסט, נאָר ס איז איר געפעלן געװאָרן די מעלאָדיק פונעם טעקסט, די אינטאָנאציעס. אינגיכן האָט זיך אויך באוויזן דער עלטערער זון, װאָס לעבט באזונדער מיט זײַן מישפּאָכע, נאָר שאבעסצונאכטס ברענגט ער אראָפּ די צװוײי קינדער זײַנע אף זונטיק, ווען איינס פון זיי דארף ניט גיין אין שוֹל און דאָס אנדערע אין קינדערגאָרטן, צום זיידן מיט דער באָבען. הײַנט איז גראָד געווען שאבעס. די קינדער האָבן אָנגעהויבן טומלען, און די באָבע האָט זיי אוועקגעפירט אין א צווייטן צימער. דער טאטע זייערער האָט זיך אוועקגעשטעלט לעבן זײַן שוועסטער און אויך גענומען הערן, װאָס מע לייענט. ער האָט יאָ עפּעס-װאָס פארשטאנען אין לאָשן ייִדיש.

-- לייענט נאָך א ביסל, -- האָט מען געבעטן דעם שרייבער.

און דער שרײַבער האָט מיט גרויס געפיל געלייענט נאָך.

/ששרשבשרשבשבשרשגשגשגשבשגשגעבששגשגשששנגשבשגעששששג. בשע 0 י"שר שר ר שרשל לאל של'של שלש /שר'שרשרשרשרשישישישישישישיש?/ שישישישישישישישישושאשאשששששששששששששששששקעעגעעגע?

עס איז אלעמאָל דערפרייענדיק, װען דו לייענסט א װערק און פון דאָרט קוקט אף דיר א לעכעדיקער מענטש מיט בוילעט-באצייכנטע אייגנשאפטן, מיט קלאָר-אויסגע- שפּראַכענע כאראקטער-שטריט. אָכער נאָך מער פרייט דעם סאָועטישן לײיענער, װען אין די דאָיקע כאראקטער- שטריכן דערקענט ער די מענטשן, װאָס גייען מיט אים אין לעבן האנט בא האנט און אקסל צו אקס?, װען ער דער- קענט דאָ זײַנע טאָגטעגלעכע מיטגייער, מיטבויער און מיט- שעפער. אונדזערע פּראַזאיקער האַבן פון לאנג שוין אָפּגע- װאָרפן דעם אלט-פארשימלטן פאַרורטיי?, אז קלוימערשסט ריכטיק זען די װירקלעכקײַט קאָן דער קינסטלער בלױז דעמלט, װען ער קוקט פון דער װײַט, פון א באשטימטער דיסטאנץ. אזא ארט קוקן איז אייגנטימלעך נאַר פאר קינסטלער מיט קאליע געװאָרענע אויגן. אונדזערע סאָוועטישע קינסטלער קוקן מיט געזונטע אױגן.

נאָכעם אויסלענדער ששגשגששגגששגצששגצשצשששששששגצש2 ששגגשגטשגשגשגשששטטגשצששששששששגששששטגעע,;

דאש רע פְצָי קי גע

כזסל// דכ רזד2ּ)/ 167 ר,

סות 220 7" זי : / /3 װײַזע, 6 /יי-

דער בריוו און דער ענטפער

א בריזו, בלויז פון ווערטער געשליפענע צוויי, געוואגטע ביז גאָר: , פּאָקאָריס, יעניסיי!"ג1 באקומען האָט איינמאָל דער טײַך פון סיביר. דעם בריוו האָט ער איבערגעלייענט אליין. געשריבן געווען איז דער בריוו אף א שטיין (געוויינלעכע בריוו קומען אָן אף פּאפּיר).

דער טײַך האָט באהאלטן דעם בריוו אין זײַן שויס. א װעל אפן ברעג איז פארלוירן ארויס.

דער טײַך האָט א שלעפּ געטאָן זי אף צוריק

און מער ניט געלאָזט זי שוין שווימען באם ברעג, צום אײַזדאָקעאנישן כוואליקן װעג, --

אין מיט פון זײַן שטראָם יענע כוואליע געוויגט.

דער טײַך האָט דעם בריוו נאָכאנאנד װידערהאָלט, געװאָלט אונטערגעבן זיך, און ניט געװאָלט:

א בעריע זײַ -- נעם און בײַט איבער דײַן טיף

און ענדער פאריינוועגס דײַן ברייט און דײַן גאנג. דער טײַך איז אין איוורע שוין באָקי פון לאנג -- פארשטאנען ער האָט דעם באקומענעם בריוו.

אוועקשטעלן טויערן -- דאָס איז ניט פּראָסט. צעפּראל זיי, פארמאך, װי אין עפּעס א שלאָס. דער טײַך יעניסיי ניט געהאט האָט קיין פּענט. איצט שטעל זיך אוועק און טורבינען באוועג... דער טײַך האָט באטראכט מיט אנציקונג און שרעק געקומענע יונגען מיט קרעפטיקע הענט.

1 , פּאָקאָריס, יעניסיי" -- ע!2820601 ,טסעק0אס411 (רוס.) -- גיב זיך אונטער, יעניסיי.

די איוורע פון לעבן דער טײַך האָט געקנעלט לעם ווארעמע שײַטערס, אין רעגן און קעלט, בא ענדלאָזע ברעגן בא זײַנע, באם שליאך,

ווען בויער, געאָלאָגן, יעגער אָן צאָל

עס פלעגן זיך אָפּשטעלן דאָ אלעמאָל

און פירן געשפּרעכן באטאָג און באנאכט.

געהערט האָט דער טײַך אזוי לאנג, אזוי ברייט, פארטרוילעכע שמועסן, ביטערע רייד,

די ליד פון פארליבטע, פון אומעט די שטים, פון אייגענע כוואליעס דעם ווילדן געברום, דעם ברויז פונעם טײַגישן פרײַען ארום -- ביזוואנען די איוורע אנטפּלעקט האָט זיך אים.

דעם בריוו האָט א דיכטער געשריבן, איך מיין,

א דיכטער -- א בויער, -- דעם בריוו אפן שטיין. און ניט װי געוויינלעך מע שרײַבט, אף פּאפּיר, א בריוו בלויז פון ווערטער געשליפענע צוויי, געוואגטע ביז גאָר -- ,פּאַקאָריס, יעניסיי!". געענטפערט האָט: ,מאסקים" דער טײַך פון סיביר.

פּיניע פּלאָטקין

באלאדע וועגן א ברענענדיקן טאנק

דעם אָנדענק פון די העלדן פון סאָװועטנפארבאנד סאמאָכוואלאָוו פיאָדאָר ניקאַליַעװיטש און גאָרעליק סאָלאָמאָן אראָנאָוויטש.

ווען סאיז נאָך געגאן די מילכאָמע, -- רוס, גיט זיך אונטער, -- זיי מעלדן, -- א צײַטונג האָט דעמלט געשריבן: בלויז פופצן מינוט אף באטראכטן! באם דערפל סטרעליעצקאָיע, נאָענט, איין טאנק, און פאשיסטישע -- זיבן. און גיך איז א ענטפער געקומען: קיין רעטונג זיי ווילן ניט בעטן, פון רויך איז די ערד א שווארצע, -- מיר גיבן זיך קיינעם ניט אונטער, די שיסערײַ װערט ניט קלענער, זאָל לעבן דאָס לאנד פון סאַװעטן! זיבן פאשיסטישע פּאנצערס לעבן סטרעליעצקאַיע ברענען. זײ האָבן געזונגען אלץ שטארקער,

געהילכט האָט דער ארבעטער-הימן. גאָר פּלוצעם א מינע דעם סוינעס יעררלארייאריייר יא שטעלט אָפּ אונדזער טע-פיר און דרײַסיק, 14:28:4: 1 אט אי און שנעל, װי א כמארע א ברויצע אי וט ר יעג ןא א האָרדע פאשיסטן באװײַזט זין", זי לעבן אין מעמאַריאלן

װאָס זײַנען אונדז טײַער און הייליק, זי רינגלען ארום די העלדן, דער = יאט 7 א װאַס זיצן אין טאנק פארשפּארטע. און דער באָברויסקער -- גאַרעליק.

35

באַדױ יט משגילגצר

36

זעענדיק ווערן

לאָמיר כאָטש איצטער

די אייניקלעך,

אונדזערע אקסעלעראטן, אופהערן זידלען

אף װאָס די וועלט שטייט -- אין טאטנס טאטן.

בעסער זאָלן מיר

כאָטש צו זי

ניט קריכן אין די נעשאָמעס מיט אלטגעבאקענע דייעס -- ניט מעסטן אף זי

גענוצטע שלייעס,

ניט אָנוואלגערן

אייגענע יאטערנדיקע שמערצן אָן ראכמאָנעס

אף זייערע יונגע הערצער.

גענוג שוין פארלויפן דעם וועג זיי,

ניט לאָזן אליין די פיס אף דער ערד צו שטעלן אפילע, אוסקלײַבן געליבטע --

קאלעס, װאָס זיי געפעלן.

צוליב װאָס אונטערווארפן זי פארשימלטע אייצעס? אומגעבעטן אונטערשטעלן די פּלײצע?

צוליב װאָס לערנען זיי טרוימען און לעכצן?

צוליב װאָס העלפן קרעכצן?

-- מיט אונדז אזוי זיך באגיין איז אומזיניק, -- שמייכלט צו דיר און צו מיר דער מיזיניק.

האָרעװוען האָבן מיר זי אויסגעלערנט ערלעך --

דאָס איבעריקע איז שוין ניט געפערלעך.

לאָמיר זיך אף זייער אייגענער קלוגשאפט פארלאָזן, זאָלן זי אליין זייער פײַער צעבלאָזן!

י אס ייב םידע ר

איך קום אלעמען דערמאַנען

איך קום אלעמען דערמאָנען,

איך קום יעדערן הײַנט מעלדן,

אז ניט דער וויי פון פרעמדער יאָגענישן

ניט די פארלוסטן -- אָט די פּלאָגענישן ‏ - און ניט די פאָכעניש פון מערדערס שװערדן, קאָן מײַן האָפענונג פארלענדן,

קאָן אָפּשוואכן מײַן גװוּרע,

ליפּע העלער

דאָס לעבן ברויזט

אוב דו װילסט זען גוט די צײַט, דארפּסטו גאָר ניט פאָרן װײַט. אין דײַן שטאָט

אף יעדן טראָט,

אף דײַן גאס --

גאָר אָן א שפּאס

שפּאנט דער הײַנט --

דײַן גוטער פרײַנט.

קאָנסט דאָ זען א נײַעם סקווער, װי אים פלאנצט א פּיאַנער,

װי עס הייבט זיך אוף א הויז, וי דאָס לעבן אונדזערס ברױיזט. דו קאַנסט זען א סטאדיאַן -- וי דאָס שפּילן הייבט זיך אָן.

און אויסלעשן מײַן דראנג.

װײַל דער קויעך פון גערעכטיקײַט, װײַל פון ערלעכקײַט די מעכטיקײַט, װאָס לעבט אין הארץ מײַנעם פון לאנג, װעלן אומגעריכטע וויכערן

קיינמאָל ניט פארניכטן

אין מײַן דוירעסדיקן גאנג.

דאָ די מוסקלען װוערן שטײַף,

דו באנעם עס און באגרײַף.

אָט-אָ שפּילט מען אין פוטבאָל, און עס קײַקלט זיך א קאַל;

-- גאָל! גאָל! גאָל! גאָל!

און דו װערסט אינגאנצן יוננ, און דיר װוילט זיך טאָן א שפּרונג, עס זאָל אױסשפּילן דײַן שטאָט דאָ און דאָרט, און אומעטום.

אָט אזוי איז עס, מײַן פרײַנט: ס'ברויזט אף יעדן טראָט דער הײַנט. קעדיי זען די נײַע צײַט,

דארף מען גאָר ניט פאָרן װײַט.

37

מישע מאָגילעװויטש

אָסיען

זיצט רייזע די אלמאָנע אף דער פּריזבע א פארטראכטע, און דער אָסיען ליגט צעקווייטלט אף איר פארטעך.

און פארבײַ די אויערן די וואכע און די אלטע

פליען פייגל צו דער ווארעם פון די קאנטן קאלטע.

אך, וי יאָרן גייען, טאטע זיסער, הינטער קורסק געפאלן איז איר זישע.

אין טונקלעניש פון אפדערנאכטן לינדע,

ווען אין הימל שטערן זיך צעצינדן,

האָט זישעלע איר אָנגעקלאפּט אין טויער

און אײַנגערױמט א שיינעם סאָד אין אויער:

-- רייזעלע מײַן שײַנע און מײַן שענסטע, ווער פון הײַנט א װײַב מיר א באשערטע.. און זי הערט זײַן קאָל. בארעכן נאָר, בארעכן, אזויווי ערשט װאָלט עס געווען, צי נעכטן.

דאָס איז געווען א טאָג פאר דער מילכאָמע, און סזוארט נאָך אלץ אף זישען רייזע די אלמאָנע.

א וו ראָם קא צע וו

לויט אלעקסאנדער טווארדאָווסקין

איך ווייס גאנץ גוט, אז ס'איז די שולד ניט מײַנע, און סהאָט אויך קיינער ניט צו מיר קיין טײַנע.

װאָס אנדערע -- װוער ייִנגער און ער עלטער -- געבליבן זײַנען דאָרט, אף יענע פעלדער.

ניט איך געהיט האָב זיי, און דאָך, און דאָך, און דאָך -- אין הארץ אזא מין טיפער שטאָך..

נאָטע לוריע

4

שכנשס. +

טעג און יאָרן

(אװוטאָביאָגראפישע נאָטיצן)

2 מיר פארלאָזן האלושקעס

אין אונדזער קליינינק דערפל, אין האלושקעס, איז דער גרעסטער טייל מישפּאַכעס געווען קרויוויש פארבונדן צװישן זיך. עס זײַנען געווען בא אונדז דרײַ מישפּאָכעס מיט דער פאמיליע קוקוי -- שיִע קוקוי, אװוראָם קוקוי, פּײַװל קוקוי, דרײַ מישפּאָכעס, וועלכע האָבן זיך גערופן דוקארעוויטש -- שעפטל דוקארעוויטש, פּינכעס דוקארעוויטש, שלוימע דוקא- רעוויטש. עס זײַנען געווען עטלעכע מישפּאָכעס קאבלונאָווסקי, עטלעכע מישפּאָכעס פּיסקון, קאהאן, אורין, קיסעלהאָף, טשערניאווסקי, בערעזין... די מערהײַט מישפּאָכעס זײַנען נאָך דערבײַ געווען קרויוויש איבערגעפלאָכטן דורך די איידעמס און שניר, שוויגערנס און שואָ- גערס, פעטערס און מומעס, שוועסטערקינדער און פּלימעניקעס, זייזדעס און באָבעס... צוזאמען האָט מען געפּײַערט קאָלערלײ פאמיליע-סימכעס מיט לעקעך און בראנפן, מיט טענץ און מיט געזאנג. געלעבט האָט מען בעשאָלעם. געטרויט איינער דעם אנדערן. ווען מע איז ארויס- געפאָרן אין סטעפּ אף א גאנצן טאָג און אפילע אף איבער דער נאכט, האָט מען נישט פאר- שלאָסן די טיר ניט פון דער שטוב, ניט פון דער קלוניע, ניט פונעם קעלער. אין דער קאַ- לאָניע בא אונדז זײַנען ביכלאל קיין שלעסער ניט געווען. די בעהיימעס האָט מען זומער באנאכט געהאלטן אין הויף צוגעבונדן צו פלעקלעך, בלויז צוליב דעם, זיי זאָלן ניט פאר- קריכן צו א שאָכן אין גאָרטן.

אין די ווארעמע לעװאָנע-אָװנטן פלעגן די קאַלאָניסטן און קאָלאָניסטקעס געוויינלעך אָפּרוען און פארברענגען מיטן קליינווארג בא זיך אף די צוגעקליבענע פּריזבעס. די באָכערים און מיידלעך האָבן שפּאצירט איבער דער ברייטער קרומלעכער גאס צום סטאװאַק, װוּ עס האָבן געקוואקעט צעצויגן די פרעש, פונעם סטאװאָק צו דער הילצערנער ווינטמיל, וועלכע האָט געסקריפּעט מיט די זיך דרייענדיקע פארלאטעטע פליגלען, און פון דער וינטמיל וידער צום בלאָװולעכן סטאװאָק. די באָכערים און מיידלעך האָבן זיך הויך איבערגערופן, געשפּאסט, הילכיק געלאכט, געזונגען ,אין דער סאָכע ליגט די מאזלבראָכע" און ,ייִדישע פּוױערים זײַנען מיר, אונדזערע פעלדער זייער מיר"...

יעדן שאבעסצונאכטס נאָך דער האװדאָלע, זומערצײַט, פלעגט קימאט דאָס גאנצע דערפל זיך צונויפקלײַבן צו לייזער-בער דעם קאצעוו אין הויף, קעדיי שעפּן פארגעניגן פונעם וונדערלעך שפּילנדיקן גראמאָפאָן, וועלכן ער איינער אין קאָלאָניע האָט פארמאָגט.

לייזער-בער, פארפּוצט אינעם שאבעסדיקן סורדוט, פלעגט מיט צופרידנקײַט אװועק- שטעלן זײַן אויסערגעוויינלעך אייגנס -- דעם גראמאָפּאָן אפן בײַשטידל פונעם ברייט צעעפנטן פענצטער מיט דער גלאנצנדיקער בלוי-קאָלירטער טרויב צום הויף, װוּ די קאַלאַ- ניסטן און קאַלאָניסטקעס, יונג און אלט, האָבן זיך אויסגעזעצט אף די ארויסגעטראָגענע פון

אָנהײב זע , סאָוועטיש היימלאנד" נומ. 1, 1986.

39

שטוב לענגלעכע בענק און טאבורעטקעס, אף דער איסגעשפּאנטער ארבע, אפן גרין- אָפּגעפארבטן װאָגן, אף די אָנגעטראָגענע קופּעס שטרוי.

לייזער-בערס פולבלעכע פרוי קריינע-דװאָסיע האָט פון א קופּערנעם בעקן מיט דער ברייטער האנט מעכאבעד געווען דעם אוילעם מיט געשמאק צוגעסמאזשעטע קערלעך, לֵיי- זער-בער האָט, סוידעסדיק, װי א קישעפמאכער, זיך געייסעקט באם גראמאָפאָן, און אינגיכן איז דער בלוי-אָװונטיקער הויף פארפולט געװאָרן מיט צויבערנדיקן געזאנג, מיט רירנדיקע כאזאָנישע ניגונים, מיט פריילעכע, הארציקע ייִדישע לידער.

שוין שפּעט אין אָװנט האָבן די קאָלאָניסטן און קאָלאָניסטקעס באדאנקט לייזער-בערן און קריינע-דװאָסיען פארן פארגעניגן און זײַנען צופרידענע זיך פאנאנדערגעגאנגען אף דער קרומלעכער גאס, יעדערער צו זיך אין הויף, ווינטשנדיק איינער דעם אנדערן א גוטע ואָך...

אין קאַלאָניע איז אָט אזוי געגאנגען א געמיטלעך רויַק לעבן ביז... ביז עס האָבן גע- נומען זיך אומקערן פון דער מילכאָמע אין די ארומיקע דערפער און כוטערס קאָלערלײי בא- װאָפּנטע פארדעכטיקע פּארשוינען. אין קאָלאָניע צו אונדז האָבן אָנגעהױבן דערגיין אומ- רויקע קלאנגען װועגן רעציכישע אָנפאלן. אין אייניקע קאָלאָניעס, וועלכע האָבן זיך געפונען ניט װײַט פון אונדז, האָבן שיקערע באנדיטן באנאכט אופגעבראָכן די טירן, אויסגעזעצט די פענצטער בא קאָלאָניסטן, זיך ארײַנגעריסן אין די שטיבער מיט אָברעזן, מיט העק, מיט קינזשאלן און אוועקגעראבעװועט דאָס שווער פארהאָרעוועטע ביסל גוטס.

די דאָזיקע יעדיִעס האָבן אָנגעװאָרפן א פּאכעד. שוין אין אַנהײב אָװנט פלעגט דער טאטע פארשפּארן די דרויסן-טיר מיט א שווערער זאוואלע און די פענצטער גוט פארהענגען מיט אלטע זעק. נאָכדעם האָט ער אָנגעצונדן א קארניצל און, װי שטענדיק, זיך געשטעלט אין שטוב-ווינקל באם שטענדער, מיטן גאנצן וועזן זיך ארײַנגעטאָן אין א סייפער. און מיר -- די מאמע, כײַע-כאנע, פייגעלע און איך, זײַנען געזעסן איינס צוגעדריקט צום אנדערן אף דער הילצערנער קאנאפּע און ניט אויסגערעדט קיין װאָרט. מיט א פארטײַעטן אָטעם האָב איך זיך צוגעהערט צום מינדסטן שאָרך אין הויף, אין פּאליסאדניק. בעשאס א בלעטל פונעם קליאָן האָט זיך עטװאָס צוגערירט צו א שויב פונעם פארהאנגענעם פענצטער, איז בא מיר אײַנגעפאלן דאָס הארץ. מיר האָט זיך געדוכט, אז אָט-אָט װעט מען אָנהייבן ברעכן די טיר, אָט-אָט וועלן אין שטוב זיך ארײַנרײַסן מיט העק, מיט קינזשאלן שרעקלעכע נעפאשעס, שי קערע גאזלאָנים.

אזוי האָט בא מיר געציטערט דאָס הארץ יעדע נאכט. און ניט נאָר בא מיר. די מאמע איז אין די נעכט ניט געשלאָפן, א דערצאָרנטע געזעסן לעבן דעם פארהאנגענעם פענצטער, זיך צוגעהערט צום דרויסן.

-- װי קאָן מען אזוי לעבן? -- האָט זי פון מאָל צו מאָל פארזאָרגט געטײַנעט צום טאטן. -- גאָט װייסט, װאָס עס דערווארט אונדז דאָ... לאָמיר זיך ראטעווען... אנטלויפן.

-- מע דארף האָפן צום אייבערשטן, אז עס װעט אײַנגעשטילט וערן, -- האָט דער טאטע, בארוייקנדיק זי, געזאָגט. -- און װאָס עס װעט זײַן מיט קאָל ייִסראָעל, מיט אלעמען, װעט זײַן מיט רעב ייִסראָעל, מיט אונדז...

דער טאטע האָט אין אלע שווערע צײַטן געלעבט מיט ביטאָכן. ווען עס פלעגן זיך אָנַ- רוקן שווערע, ביטערע דײַגעס, האָט ער מיט א האָפענונגס-געפיל געפרעגט בא דער מי- זינקע:

-- פייגעלע, זאָג, װאָס װעט זײַן?

-- עס װעט זײַן גוט, -- פלעגט פייגעלע מיט צופרידנקײַט ענטפערן.

פון איר ענטפער פלעגט דער טאטע שטענדיק װערן פריילעכער.

-- א קינד איז א נאָװי, -- האָט דער טאטע געזאָגט, -- מע דארף האָפן, אז עס װעט זײַן גוט, אז קיין שלעכטס װעט ניט געשען.

נאָר ס איז געשען.

אין א שטילן סאָף-זומערדיקן טאָג שאבעס אינדערפרי, ווען מיר האָבן, וי יעדן אינ- דערפרי, געדאנקט דעם אייבערשטן, װאָס די נאכט איז אדורך בעשאָלעם, האָט א רײַטער, וועלכער האָט זיך דורכגעטראָגן איבער אונדזער הרעבליע, אויסגעשריַען, אז אין דער שכיי- נישער ייִדישער קאָלאָניע, אין קאָוואלעווסק, האָט מען באנאכט דערמאָרדעט דעם פײַנסטן באלעבאָס אווראָם קאָניקאָוון און זײַן פרוי.

קאָוואלעווסק האָט זיך געפונען נאָענט, סאכאקל פיר װערסט פון אונדזער קאַלאָניע, קאָוואלעווסק איז געווען גרעסער (פארמאָגט דרײַ גאסן), פארמעגלעכער פון האלושקעס און האָט אויסגעזען אין מײַנע אויגן װוּנדערלעך שיין. די באגרינטע מיט קליאַנען לאנגע הויפּט- גאס איז פארבויט געװוען מיט שיין אויסגעקאלכטע פײַנע שטיבער, א טייל פון זיי געדעקט

40

מיט רויטער און װײַסער טשערעפּיצע, אייניקע מיט בליאסקענדיקן צינקעוון בלעך. אף דער הויפּט-גאס איז געווען א היפּשע שוך-קראָם (ס'האָט דאָרט מעכײַעדיק געשמעקט מיט יוכט, מיט פרישן לעדער), עטװאָס װײַטער -- א געהילץ-געשעפט (די לופט איז דאָרט אָנגעזעטיקט געווען מיטן גערוך פון סמאָלע און פון צעזעגטע פײַכטע ברעטער). אינמיטן דאָרף האָט באשײַנט דעם ארום די גרויסארטיקע סינאגאָגע, א געמויערטע פון רויטן ציגל, מיט הויכע האלבקײַלעכדיקע פענצטער, אָנגעגלאָזטע מיט בלויע, גרינע און ראָזעװע שײַבעלעך. פון דעם דערבײַיקן הויף, אן ארומגערינגלטן מיט צעבליטע אסטרעס און כריזאנטעמעס, האָט ארויסגעקוקט אװראָם קאָניקאָווס גוט ארומגעזעענע שיינע שטוב.

איך בין עטלעכע מאָל מיטן טאטן געװען דאָרט. דער טאטע האָט געשעצט אװראָם קאַניקאָװון פאר זײַן מענטשלעכער לײַטישקײַט, פאר זײַן ריינער ערלעכקײַט, מאכנעס-אוי- רעכדיקײַט. דער טאטע האָט ליב געהאט פארברענגען מיט אים. מיר איז ער אויך זיער געפעלן געווען. ער איז געווען א שיינער, א גוטמוטיקער. זײַן װײַב עסטער-ראָכל איז געווען די שענסטע אין קאָלאָניע, אויך זייער א גאסטפרײַנטלעכע. די שטוב זייערע איז געווען אָפן פאר אלעמען, א געדעקטער טיש פאר יעדן איינעם. קאָל דיכוווי יויסיי ווייויכאל -- װער עס נייטיקט זיך, זאָל קומען און עסן. זייער גוטהארציקע, ליבע מענטשן.

וי נאָר מע האָט אין האלושקעס דערהערט די שרעקלעכע בסורע, בין איך מיט נאָך האלושקער ייִנגלעך אװעקגעלאָפן באָרװעסע קיין קאָוואלעווסק. אװראָם קאָניקאָוס הוֹיף איז געווען פול מיט דערשיטערטע, דערצאָרנטע קאָלאָניסטן און קאָלאָניסטקעס. פון אלע זײַטן האָט זיך דערטראָגן א פארצווייפלטער, א הארצרײַסנדיקער געוויין, א קלאָגערײַ. די גרין-אָפּגעפארבטע טיר פון אװראָם קאָניקאָװוס שטוב איז געהאנגען אף איין זאוויסע א צעשפּאָלטענע, די פענצטער זײַנען געװוען אויסגעזעצט. אװראָם קאַניקאָ און זײַן פרוי זײַנען געלעגן אף דער ערד, איבערגעדעקט פון קאָפּ ביז די פיס מיט באפלעקטע פון בלוט לײַלעכער...

אין עטלעכע טעג ארום איז דערגאנגען די ריי צו האלושקעס.

פּרײַטיק גאנצפרי האָט לייזער-בער אָפּגעדאװנט און, אײַנשפּאנענדיק דעם װאָגן, גע- בעטן דעם װײַב, קריינע-דװאָסיען, אָפּרעגלען צום פרישטיק קארטאַפֿל-לאטקעס. לייזער-בער איז באלד אװעקגעפאָרן מיט דער פּוסטער דייזשקע צו דעם ברונעם מִיט גוטן וואסער אין דער נאזארעוויטשער באלקע, קריינע-דװאָסיע האָט אױסגעמאָלקן די בעהיימע, אַנגעהאָדע- װעט דאָס קעלבל, די אויפעס, צוגעראמט אין שטוב און אָפּגעפּרענלט א פולע סקאָוורעדע מיט פארגעניגנדיק שמעקנדיקע קארטאָפל-לקאטקעס. לייזער-בער האָט געדארפט צו אָט דער צײַט זיך שוין אומקערן מיט דער דייזשקע וואסער פון דער נאזארעוויטשער באלקע. זי האָט אוועקגעשטעלט אפן פארשפּרייטן טישטעך דעם פּאָלומעסעק מיט לאטקעס, א טעלער מיט סמעטענע, א קריגל געזאָטענע מילך און אָנגעהויבן ווארטן אף אים. דערהערט ענדלעך דאָס טראסקערײַ פון די רעדער, איז זי גרייט געווען מיט טײַנעס אים באגעגענען, לעמײַ ער האָט זיך פארהאלטן -- די לאטקעס זײַנען פארקילט געװאָרן. נאָר לעבן דער שװעל איז זי גע- בליבן שטיין א געפּלעפטע. אין הויף האָבן פארקערעוועט די פערד מיטן װאָגן, פון דער פו- לער דייזשׂקע האָט זיך געפּליוכעט דאָס וואסער, נאָר לייזער-בער איז אפן װאָגן ניט געווען.

לייזער-בערן האָט קריינע-דװאָסיע מיט אירע שכיינים געפונען א באַרװעסן, אָן די שטיוול, א דערשאַסענעם אין דער נאזארעוויטשער באלקע, ניט װײַט פון דעם ברונעם מיטן גוטן וואסער...

לייזער-בערן האָט דאָס גאנצע דערפל מיט געוויין, מיט יעלאָלעס געבראכט צו קווורע אפן ארופבערגיקן בעסוילעם צװישן די געדיכט פארוואקסענע מאצייוועס פון די ערשטע קאַלאָניסטן.

עטלעכע טעג זײַנען נאָכדעם אדורך רויִק. קיין גאזלאָנישע אָנפאלן זײַנען ניט געווען. דאָך איז קיינער ניט ארױיסגעפאָרן אין סטעפּ פארענדיקן אופאקערן דעם זיאב צי פארזייען דעם ווינטער-ווייץ. דער פּאסטעך זאלמען בוהאקאָוו מיט דער געשװאָלענער אייבערשטער בלויער ליפּ האָט ניט געקנאלט פארטאָג מיט דער געפלאָכטענער בײַטש, ניט פארנומען די בעהיימעס, ניט ארויסגעטריבן די טשערעדע זיך פּאשען אין סטעפּ אף דער טאַלאָקע. באטאָג זײַנען די קאַלאָניסטן ארײַנגעקומען איינער צום אנדערן, פארזאָרגט גערייכערט מאכאָרקע- ציגארן, זיך מעיאשעוו געווען װאָס טאָן, וויאזוי לעבן װײַטער. נאָר װי עס האָט אָנגעהױבן צופאלן דער אָװנט, איז מען זיך צעגאנגען, זיך פארשפּארט יעדערער בא זיך אין שטוב.

שאבעסצונאכטס, נאָך דעם, װי דער טאטע האָט פארשפּארט מיט דער שווערער זא- וואלע די טיר און פארהאנגען מיט זעק די פענצטער, האָט ער אָנגעצונדן דאָס קארניצל,

41

שטיל-מורמלענדיק געבענטשט די האװודאָלע און, פארענדיקנדיק, װי שטענדיק, צוגעװונטשן, עס זאָל זײַן א גוטע װאָך, א רויקע װאָך, א מאזלדיקע װאָך. ,אָמײן!.. האלעווײַ!." האָט די מאמע, כײַע-כאנע, פייגעלע און איך אין איין קאָל אויסגערופן. דער טאטע האָט זיר צוגע- לייגט אין דעם דערבײַיקן אלקערל. אינגיכן איז ער אנשלאָפן געװאָרן, געעטעמט שטיל, װי א בלאט. און מיר -- די מאמע, כײַע-כאנע, פייגעלע און איך, זײַנען געבליבן זיצן בא דעם לענגלעכן טיש, עטװאָס א באלויכטענעם פונעם טשאדענדיקן קארניצל, און שװײַגנדיק אויסגעשיילט די גרינע ארבעסלעך פון די שוין צוגעטריקנטע געלבלעכע סטרוטשקעס. מיר האָבן זיך מיט דעם פארנומען ביז שפּעט באנאכט און זיך צוגעהערט די גאנצע צײַט צום דרויסן. אין דרויסן איז געווען שטיל. עס האָט זיך ניט געהערט אפילע קיין מינדסטער שאַרך פון די ביימער. און פּלוצלינג האָט פונעם אלקערל זיך דערטראָגן א שרעקלעכער געשריי: ראטעוועט!.. ראטעוועט!.. ראטעוועט!.." דערשראַקענע אף טויט, האַבן מיר זיך געלאָזט לויפן אהין. עס האַט פון שלאָף געשריִען דער טאטע. ווען מיר האָבן אים אופגעװועקט, האָט ער זיך קוים אופגעזעצט און, שווער אָטעמענדיק, זיך שטיל אָנגערופן: ,מאָרגן, לעמאנהאשעם, לאָזן מיר איבער די היים, די שטוב, מאַרגן פארלאָזן מיר האלושקעס.."

גאנצפרי, גלײַך װי דער טאטע איז אפיקע ניט געפרישטיקט אוועק דינגען אן ארבע, האָבן מיר זיך דערװוּסט, אז אין די דערבײַיקע ייִדישע קאָלאַניעס ענגעלס און פּענעס איז באנאכט פאַרגעקומען א שוידערלעכע שכיטע. עס האָט זיך אָנגעטראָגן א שיקערע באנדע. די באנדיטן האָבן צונויפגעטריבן אלע קאָלאָניסטן, מענער און פרויען, טראָגעדיקע װײַבער און מאמעס מיט זויג-קינדער, שוואכע, קראנקע זיידעס און באַבעס, אלעמען ביז איינעם, אין בעסמעדרעש, געצוווּנגען זיך אױסטאַן יונג און אלט אינגאנצן נאקעט, נאקעטערהייט ארויסגעפירט אינמיטן שול-הויף און מיט שווערדן רעציכעסדיק געהאקט איבער די קעפ, איבער די לײַבער, געשניטן, געבראַקט. אלעמען. בלויז איין זייער א קרעפטיקער קאַלאַניסט טאנכום פּוכאַװיטש האָט זיך געראטעוועט. ער האָט א האסטיקן שטויס געטאָן די פארהוי- בענע שװוערד איבער אים, זיך ארויסגעריסן פון די באנדיטישע הענט און א נאקעטער זיך געלאָזט לויפן דורך די פינצטערע גערטנער, מע האָט געשאָסן אין אים. ניט געטראָפן. ער איז געלאָפן א גאנצע נאכט, און פארטאָג א פארכאלעשטער ארײַנגעפאלן צו זײַן האלושקער קאָר עוו, צו זאַרעך פּוכאָװיטשן אין שטוב.

(מיר האָט נאָכדעם, אין א געוויסער צײַט ארום, זיך געװאַלט פרעגן באם טאטן, װאָס איז אים געקומען צו כאָלעם אין יענעם שרעקלעכן שאבעסצונאכטס, װען מע האָט אומגע- בראכט די קאָלאָניעס ענגעלס און פּענעס, נאָר איך האָב ניט געוואגט).

אינגיכן האָט זיך אומגעקערט דער טאטע און געזאָגט, אז מע דארף גלײַך זיך נעמען פּאקעווען די זאכן. ער האָט זיך צונויפגערעדט מיט אונדזערן א באקאנטן פּױער, מיט טימאַ- פייען פונעם דערבײַ:יקן כוטער, ער װעט אונדז נאָך הײַנט אָפּפירן קיין הולײַפּאַליע (אין הולײַפּאָליע, אין מאכנאָס רעזידענץ, האָט מען געזאָגט, מאכן ניט זײַנע באנדעס קיין פּאַ- גראָמען).

מיר האָבן ניט באוויזן זיך ארומקוקן, װי טימאָפײ האָט פארקערעװועט מיט דער אונ- טערקלינגענדיקער ארבע צו אונדז אין הויף. באלד זײַנען געקומען אונדזערע שכיינים כאָנע- לייב בעסקין מיטן זון סימכע-כאימען, זי האָבן געהאָלפן אײַנפּאקעװען אף דער ארבע דעם אלטן קאָמאָד, דעם טיש, די קאנאפּעס, די בענק, דעם קאסטן מיטן פּייסעכדיקן געפעס, די ספאָרים. שוין אין דער הייך, אין דער מיט פון דער ארבע, האָט מען אוועקגעלייגט איינס אף די אנדערע די פּעהענעס, די קישנס, די קאָלדרעס, מע זאָל קאָנען זיצן אף דעם.

די מאמע איז א פארוויינטע ארויס פון דער פּוסט-פארבליבענער שטוב, דער טאטע האָט פאָרזיכטיק אראָפּגענומען די מעזוזע, וועלכע איז פון קאדמוינים צוגעפעסטיקט געווען צום בײַשטידל פון דער נידעריקער טיר. מע האָט זיך געזעגנט מיט די שכיינים, און די אָנגע- לאָדענע ארבע האָט מיט קרעכצן פון די אקסן זיך גערירט. זי האָט זיך פארנומען פארבייַ דעם פּוסטן זאהאָן, אריבערגעפאָרן די הרעבליע, און אין א װײַלע ארום זײַנען מיר שוין געווען לעבן די הולײַפּאָליער מאָהילקעס.

מיט א פארקלעמט הארץ האָב איך פונדערװײַטנס, געקוקט אף אונדזער פארלאָזטן הויף, אף דער פּוסט:געבליבענער שטוב, אפן מוטנעם צעבויטעטן סטאװאָק און מיט ציטער1- דיקער בענקשאפט א טראכט געטאָן, אז מאָרגן װעל איך עס שוין ניט זען, און װער ווייסט, ווען איך װעל שוין זײַן דאָ אף דער היימישער ערד...

ארום און ארום אפן סטעפּ האָט קיינער זיך ניט געזען. קיינער האָט ניט געאקערט, קיינער האָט ניט געזייט. עס האָבן ניט געטראכקעט קיין װעגענער, עס האָבן ניט געקלונגען

42

קיין בעסטארקעס. די פעלדער האָבן אויסגעזען פארלאָזט. דאָס זײַנען געוען פעלדער פון די דערבײַיִקע ייִדישע קאַלאַניעס, צו וועלכע עס איז שוין אויך דערגאנגען װעגן דער שרעק- לעכער שכיטע, װאָס איז פאָרגעקומען באנאכט אין ענגעלס און פּענעס. מיר האָבן שוין געהאט אָפּגעפאָרן א היפּשן וועג, קיין איין פור, קיין איין בעסטארקע ניט באגעגנט. סאיז געווען שטיל. אומגעוויינלעך שטיל. און מיטאמאָל איז די שטילקײַט צעשטערט געװאָרן. עס האָט זיך דערטראָגן א האסטיקער טופּען פון פערדישע טלאָען. פון הינטערן בערגל האָבן זיך באוויזן רײַטער. ,דעקט זיך איבער מיט די קאָלדרעס", -- האָט טימאָפײ א באומ- רויקטער א זאָג געטאָן. די רײַטער האָבן מיט א צעיושעטער הוקערײַ, מיט ווילדע אויסגע- שרייען, מיט א שיסערײַ, באלד ארומגערינגלט די ארבע.

-- היי, דידקאַ, װוּהין טרײַבסטו די פערד? -- האָט זיך דערטראָגן א הייזעריקע שי- קערע שטים.

-- צו מײַן טאָכטער, סינאָק, קיין הולײַפּאַליע, -- האָט טימאָפײ אופגעלייגט געענט- פערט, װוי ער װאָלט זיך באגעגנט מיט אייגענע מענטשן.

-- און װועמען פירסטו דאָרט? -- האָט דער זעלבער מיט דער היזעריקער שטים א פרעג געטאָן, צורײַטנדיק גאָר נאָענט צו דער ארבע.

-- מײַן קראנקע באבקע פּאראסקען, -- האָט טימאָפײי זייער רויק געענטפערט. -- קאָנסט זיך, סינאָק, באקענען מיט איר.

צוגעדעקטע מיט די קאָלדרעס, האָבן מיר פארטײַעט דעם אַטעם. איך בין געווען אין איינע שרעק, געציטערט, אז אָט-אָט װעט דער באנדיט ארופקריכן צו אונדז אף דער ארבע, נאָר ער האָט בלויז זיך אויסגעזידלט, אויסגעשאָסן אין דער הייך און אװעקגעיאָגט. די אי- בעריקע שיקערע באנדיטן האָבן מיט סװישטשערײַ אװעקגעיאָגט נאָך אים.

ווען די באנדיטן זײַנען פארשווונדן אין דער װאָראָנע באלקע, האָט טימאָפײ געהייסן אונדז זיך אָפּדעקן.

-- זאָגט מיר, איך בעט אײַך, -- האָט ער פארזאָרגט זיך אַנגערופן צום שטארק אויס- געבלייכטן טאטן, -- מיט װאָס האָט איר, ייִדן, די זעלבע פּױערים, װאָס מיר, זיך פארזינדיקט, װאָס אף אײַך פאלט מען אַן, מע ראבעוועט אײַך, מע הארגעט, מע קוילעט, מע שעכט אויס גאנצע דערפער מיט די װײַבער און קינדער? איר האָט דאָך דאָ קיינעם קיין שלעכטס ניט געטאָן? מיר לעבן שוין אזויפיל יאָרן בישכיינעס און די גאנצע צײַט דאָך בעשאָלעם?

די ייִדישע פּױערים פון די זיבעצן קאָלאָניעס און די פּוערים פון די שכיינישע אוקראי- נישע דערפער האָבן יאָרנלאנג ווירקלעך געלעבט בעשאָלעם. צוזאמען זיך געפרייט, ווען עס זײַנען צו דער צײַט געגאנגען רעגנס. צוזאמען איבערגעלעבט, ווען עס האָבן זומערצײַט זיך אַנגעטראָגן סוכאַווייען, בעשאס עס איז װוינטער אין די גרויסע פרעסט ניט געווען קיין שניי אף די פארזייטע פעלדער. די אוקראינישע און ייִדישע פּוערים פלעגן העלפן איינע די אנ- דערע מיט אַפּגעקליבענע גוטע זריע, מיט פּאשע פאר דער כודאָבע, מיט שלעפּקראפט. גע- ווען פיל יאָרן בעעמעס באפרײַנדעט.

מיט 73 יאָר צוריק נאָך האָבן אָט דאָ ביזן זיבעטן שווייס געהאָרעװעט די ארויסגע- טריבענע ייִדן פון די ליטווישע שטעטלעך, אָפּגערײניקט אָט דאָ די פארלאַזטע ערד פונעם געדיכטן שטעכיקן בוריאז, פונעם הויך-פאנאנדערגעוואקסענעם בודזיאק. 73 יאָר האָבן די ייִדישע פּויערים פון די אופגעקומענע קאָלאָניעס ענגעלס און פּענעס געאקערט דאָ די ערד, אויסגעבויט הײַזער, שטאלן, קלוניעס, אױסגעגראָבן ברינעמער, פארפלאנצט ביימער, געבוירן קינדער, קומענדיקע עכטע פּױערים, ערדארבעטער, געפײַערט יאָמטויװים, געהוליעט אף כאסענעס און בריסן, געגעסן ברויט פון די אייגענע גערעטענישן, אױסגעכאָװעט מיט די מאָזאָליסטע הענט. און אָט -- ניטאָ מער די ייִדישע קאָלאָניעס ענגעלס און פּענעס. אומ- געבראכט. אלעמען דערמאָרדעט. געקוילעט. געשאָכטן. קליין און גרויס. מענער און פרויען. אלעמען. אלעמען. אין איין נאכט. ניטאָ דאָ מער אָט די געוועזענע שיינע פריילעכע ייִדישע דערפער. ניטאַ מער. ניטאָ. און זיי װעלן שוין קיינמאָל ניט זײַן..

עס האָט אַנגעהויבן רעגענען. לעכאטכילע פּאמעלעך, נאַכדעם שטארקער. אראָפּ דעם מעשופּעדיקן בערגל אין דער קרומער באלקע האָט זיך שוין געזען די ייִדישע קאָלאָניע הופּעלאָװע. טימאָפײ האָט באשטימט דאָרט איבערווארטן, ביז עס װעט אדורך דער רעגן גיכער אונטערטרײַבנדיק די פערד, האָט ער פארקערעװװועט אפן עק דאָרף אין דעם ניט- ארומגעצאמטן, האלב-פארוואקסענעם הויף צו דעם פאראָרעמטן קאָלאָניסט זאדאָװן. זײַן נאָמען געדענק איך ניט. גערופן האָט מען אים, דאכט זיך, ניסן. נאָר דעם נאָמען פון זײַן זון געדענק איך גוט. ער האָט געהייסן ליאָװוקע. ליאָװוקע זאדאָו...

13

וויבאלד איך האָב שוין דערמאָנט ליאָווקע זאדאָװון, װעט שוין אויסקומען כאָטש אינ- קורצן דערציילן װעגן אים, װעגן דעם גוירל פון אָט דעם הופּעלאָװער ייִדישן קאַלאַניסט, וועלכער איז ברייט באװוּסט געװאָרן פון דער קינסטלערישער ליטעראטור און פון קינאָפילמען אלס שרעקלעכער טאליען, אלס גרויזאמער מאכנאָוועץ.

אין אלעקסיי טאָלסטאָיס ראָמאן , כאָזשדעניִע פּאָ מוקאם" ווערט געזאָגט: ,דער נאָמען פון ליאָווקע זאדאָוון האָבן אף דאָרעם אלע געװוּסט ניט װײניקער, וי דעם נאָמען פון באטקאַ מאכנאָ"1. פון דעם אָנגערופענעם ראָמאן דערוויסט זיך דער לייענער, אז ליאָווקע זאדאַװו האָט ,מיט א גאָלדענעם מעדאל פארענדיקט די רעאלע שול, אז זײַן טאטע איז א בינדיוזשניק פון פּערעסיפּ"?.

אין אלעקסיי טאָלסטאָיס ראָמאן זײַנען אויסגעדיכטעט פונעם אװטאָר פיל גלענצנדיקע געשטאלטן. ליאָווקע זאדאָװו און מאכנאָ זײַנען ניט קיין אויסגעטראכטע געשטאלטן. זי האָב עקזיסטירט אין לעבן. מיר איז אויסגעקומען זיי זען. אין פארשיידענע צײַטן. דער אװטאָר פון ,כאַזשדעניע פּאָ מוקאם" האָט געשילדערט ליאָווקע זאדאָװן און דעם באטקאָ מאכנאַ לוט די יעדיִעס, וועלכע ער האָט באקומען, יעדיִעס ניט שטענדיק קיין פּינקטלעכע אָדער פּאַשעט ניט ריכטיקע.

ליאָווקע זאדאָוו איז געבוירן געװאָרן און אויסגעוואקסן אין אונדזער שכיינעסדיקן ייִדישן דערפל הופּעלאָװע, אין אָט דעם נידעריקן, פון ליים אויסגעבויטן שטיבל, װוּ מיר האָבן איבערגעווארט ביז עס װעט אופהערז רעגענען. זײַן טאטע, דעם ,לוייוצלעך", װי די ארומיקע פּויערים האָבן אים גערופן, האָט ניט געגליקט. בעשאס א גרויסער זליווע זײַנען דערטרונקען געװאָרן אין דער איבערגעפולטער מיט שוימיקן וואסער קרומער באלקע זײַנע ביידע פערד צוזאמען מיטן שווערן װאָגן טוווע, וועלכע ער האָט געפירט אפן יאריד. דערצו נאָך האָט אין עטלעכע װאָכן ארום אינמיטן זומער א בליץ אָנגעצונדן די קלוניע, און זי האָט אָפּגעברענט מיטן גאנצן האָב און גוטס, װאָס מע האָט אין מעשעך פון פיל יאָרן אָנגעלעבט. דער , לוייוצלער" איז פארשלאפט געװאָרן. מע איז פארבליבן אָן א שטיקל ברויט אין שטוב. דעמלט איז ליאָווקע, שוין א הויכװווקסיקער, א ברײטפּלײציקער (די מאמע האָט אים געבוירן שניט-צײַט אף א פרישער קופּע זאנגען אין פעלד), אוועק באטראקעווען. ער האָט געהאָרע- װעט פאר דרײַען. געווען זייער א קרעפטיקער. ער פלעגט אף טשיקאװועסט אופהייבן אף דער אײַנגעבױגענער פּלײיצע א שווער אָנגעלאָדענעם װאָגן, אַנכאפּן אין זאהאַן א צעבושע- װעטן בוהײַ פאר די הערנער און מיט איין מאך אים אנידערשלײַדערן אף דער ערד. ביזן שפּעטן הארבסט האָט ליאָווקע געהאָרעװעט אף פרעמדע פעלדער, אף פרעמדע טויקן, אף פרעמדע גערטנער, געאקערט פרעמדע דעסיאטינעס. און װען די פעלד-ארבעט האָט זיך פארענדיקט, האָט ער איבערגעלאָזט די פאראָרעמטע היים, דאָס דערפל, זיך געלאָזט גיין זוכן א וועלכע-ניט-איז ארבעט ערגעץ אנדערש-ווּ, צופוס זיך דערקליבן ביז יוזאָװוקע (איצט דאָנעצק) און זיך געשטעלט דאָרט ארבעטן בא א פלאמיקן מארטען-אויוון. די ארבעט איז אפילע פאר אים, דעם גוואר, ‏ געווען א שווערע, נאָך שווערער איז געווען אויסצושטיין דאָס איזדיעקעווען זיך פונעם באלעבאָס' אופזעער, דעם פּליכעוואטן מײַסטער. אין איינעם זייער א שווערן טאַג, בעשאס דער מײַסטער האָט פארהויבן זײַן סוקעוואטן שטעקן איבער ליאֲָוו- קעס נאפּארניק, האָט ליאָווקע ניט אויסגעהאלטן און געגעבן מיטן פויסט אזא זעץ דעם מײַסטער, אז יענער האָט זיך אויסגעצויגן אף דער ערד. ליאַװוקען האָט מען געמישפּעט. ער איז היפּש אָפּנעקומען אין דער דאָרטיקער טפיסע. נאָך דער אַקטיאבער-רעװאַליוציע איז ער באפרײַט געװאָרן. אן אופגעברויזטער מיט א פלאמענדיקער סינע צו אלע די, וועלכע האָבן געגלוסט אופשטעלן די פריִערדיקע פארהאסטע אָרדענונג, האָט ער און די באפרײַטע באגלײַך מיט אים עטלעכע און צוואנציק זאװאָד-ארבעטער באשטימט גיין זיך שלאָגן קעגן זייערע בלוטיקע סאָנים -- קעגן די דעניקינצעס, וועלכע האָבן אָנגעגרײַפט נאָענט שוין לעבן יוזאָווקע.

אפן װעג צום פראַנט האָט מאכנאָס א רײַטער-קאָרדאָן זי פארהאלטן און אָפּגעפירט צום באטקאָ.

-- װער זײַט איר און װוּהין שפּאנט איר? -- האָט מאכנאָ, באטראכטנדיק זיי, גע- פרעגט, /

ליאָווקע, וועלכער האָט געפירט נאָך זיך די גרופּע, האָט געזאָגט, אז ער מיט אָט די באפרײַטע פון דער פארשאָלטענער צארישער טפיסע זאװאַד-ארבעטער האלטן דעם װעג צו דער פראַנט-ליניע, זיי גייען זיך שלאָגן קעגן די װײַסגוװארדײער קעגן די דעניקינצעס.

: אין דעם דריטן טייל , כמוראָיע אוטראָ", זײַט 141, ? אין דעם דריטן טייל , כמוראָיע אוטראָ", זײַט 210.

44

-- קעגן די דעניקינצעס שלאָג איך זיך, איך און מײַנע אָדלערס, -- האָט דער באטקאַ געזאָגט, -- איז שלאָגט זיך צוזאמען מיט אונדז, -- און ער האָט גלײַך באפוילן ארויסגעבן זי געווער.

אָט אזוי, אף אזא אויפן, אינגאנצן צופעליק איז ליאָוקע זאדאָוו מיט זײַן גרופּע שוין פארבליבן אין מאכנאָס פילצאַליקן באװאָפנטן, אופשטענדלערישן, װי זי האָבן זיך אַנגערופן, אַטריאד, וועלכער האָט דעמלט באגלײַך מיט דער רויטער ארמיי װירקלעך געקעמפט קעגן די דעניקינצעס...

אָט אזוי, װילנדיק ניט-װילנדיק, אינגאנצן אומגעריכט, איז דער זון פונעם הופּעלאַװער ייִדישן קאַלאָניסט ליאָווקע זאדאָוו געװאָרן א מאכנאָוועץ...

פאר מײַנע אויגן (ווען מיר האָבן שוין געװוינט אין הולײַפּאַליע) איז אדורך די מאכ- נאָװושטשינע. מיר איז דעמלט געגאנגען דאָס פערצנטע יאָר. און דאָס, װאָס עס איז געשען אין אָט דעם עלטער, האָט זיך פארגעדענקט א סאך בעסער, װי יענץ, װאָס עס איז פאָרגץ- קומען פיל שפּעטער.

וועגן דעם באטקאָ מאכנאָ, וועלכער האָט מיט זײַנע האסטיק זיך טראָגנדיקע רײַטער- אָטריאדן אָרודעװעט אין 1918--1924 אף דאָרעם-אוקראינע, האָט מען א סאך געשריבן. פיל אװטאָרן, אפילע סערגיי יעסענין, האָט פארטראכט, װי באװוּסט, א פּאָעמע מיטן נאָמען ,הולײַפּאָליע", אין וועלכער עס האָט געזאָלט געשילדערט װערן מאכנאָ.

דעם באטקאָ מאכנאָ, וועמענס נאָמען פלעג אָנווארפן אן איימע, האָב איך ‏ געזען פיל מאָל. אין פארשיידענע אומשטאנדן. געזען, ווען ער האָט זיך געטראָגן מיט זײַן צעיושעטער סוויטע אף היציקע פערד, ווען ער האָט מעשוגענערװײַז זיך געיאָגט אף א ראשיק-טראסקענ- דיקן מאָטאָציקל, ווען ער האָט, אונטערהוידענדיק זיך אף דער גלאנצנדיקער טאטשאנקע, געפאָכעט מיט דער שװוערד. נאָר דאָס ערשטע מאָל און נאָענט, גאָר נאָענט האָב איך אים געזען אין דער שיינער, ליכטיק-באלויכטענער הולײַפּאָליער סינאגאָגע. געווען איז עס ראַָ- שעשאָנע, ווען דער יאָמטעװדיק פארפּוצטער אוילעם האָט מיט א רירנדיקן געזאנג, מיט א הארצרײַסנדיקן געבעט צום אייבערשטן צוזאמען מיטן כאזן מיספּאלעל געווען. דעמלט איז אומגעריכט אין סינאגאָגע ארײַן מאכנאָ מיט זײַן אדיוטאנט און געבליבן שטיין פּונקט אנט- קעגן אָרנקוידעש. ביידע אין װײַסע פּאפּאכעס. דער אדיוטאנט -- א הויכער, מאכנאָ -- א קליינוווקסיקער, א דארלעכער. די לאנגע קאשטאנאָווע האָר שטארצן פון אונטער דער פּא- פּאכע און דערגרייכן זײַנע שמאַלע אקסלען. דער שווארצער בעקעש אף אים איז איבערגע- קרייצט מיט געלע פּאָרטופּײען; בא דער לינקער זײַט בעקעש -- א מאוזער, בא דער רעכ- פער זײַט -- א שװערד. דער פולגעפּאקטער יאָמטעװדיקער אוילעם האָט פאָרגעזעצט דאוונען מיט דעם זעלבן רירנדיקן געזאנג, װי פריִער. מאכנאָ מיטן אדיוטאנט זײַנען געשטאנען א היפּשע צײַט שװײַגנדיק. איך האָב אין דער נאָענט מיט ציטערדיקער נײַגעריקײַט געקוקט, זיך אײַנגעקוקט אין דעם אלמעכטיק-שרעקלעכן באטקאָ, אין אַט דעם גרויזאמען אטאמאן איבער אלע ארומיקע אטאמאנען (אים האָבן זיך אונטערגעװאָרפן אויך טשוס,, מארוסקעס, ניקיפאָראָווס באנדעס). און צו מײַן אומגעהייערער פארוווּנדערונג האָט ער אויסגעזען גאָר- גאָר אנדערש, אינגאנצן אנדערש, װי איך האָב אים זיך פאָרגעשטעלט. א נידעריטשקער, א קרענקלעכער, דאָס פּאָנעם א געלבלעכס, די ליפּן בלאסע, די הענט קורצע. איך האָב ‏ גע- קוקט אף אים מיט פארטײַעטער נײַגעריקײַט, געװאָלט פארשטיין און ניט געקאַנט באנעמען, אין װאָס באשטייט זײַן אומגעהייערע קראפט, װאָס אפילע בלויז דער נאָמען זײַנער ווארפט אָן א פּאכעד, אן איימע, א שרעק...

וי איך האָב שפּעטער זיך דערװווסט פון זײַנע קרויווים (און ניט נאָר קרויווים), איז מאכנאָ געבוירן געװאָרן אין הולײַפּאָליע, אין אן אָרעמער מישפּאָכע. א קנאפּ יאָר געלערנט אין אן אָנפאנג-שול, געבאטראקעוועט. געארבעט אף א זאװאָדל. געווען א מאליער, א סטאָ- ליער. אין 1905 איז ער, דער זעכצניאָריקער נעסטער מאכנאָ, זײַענדיק דעמלט א מיטגליד פונעם הולײַפּאָליער אומלעגאלן פארבאנד פון די אָרעמע פּוױערים, באגאנגען אן אטענטאט: אינמיטן העלן טאָג דערשאָסן דעם אכזאָריעסדיקן הולײַפּאָליער פּריסטאו טאראטוטען. דער יעקאטערינאָסלאװער קרײַזישער געריכט האָט אים ארױיסגעטראָגן א טויט-אורטייל, די מאמע זײַנע, אן אלמאָנע (זי פלעגט, זיצנדיק אפן ראָג פון דער זײַטיקער שטילער גאס, פארקויפן אף דער גלאַז געסמאזשעטע קערלעך), האָט זיך געווענדט (דורך אן אדװאָקאט) קיין פּץ- טערבורג צו מאריא פיאָדאָראָוונא (די אלמאַנע פונעם קייסער אלעקסאנדער דעם דריטן) מיט א טרערנדיקער ביטע -- באגנעדיקן איר זעכצניאָריקן זון. די ביטע איז אָנגעקומען אין מאריא

15

פיאָדאָראָוונעס געבורטסטאָג. זי האָט ארויסגערויזן לײַטזעליקײַט און פארביטן דעם טויט- שטראָף אף אײביקער קאטאָרגע. פון יעקאטערינאַסלאװ (איצט דניעפּראָפּעטראָווסק) האָט מען נעסטער מאכנאָ נאַכדעם אריבערגעפירט אין דער מאָסקװער טפיסע, אין בוטירקע. ער האָט דאָרט העכער אכט יאָר זיך געפונען אין איין קאמער מיט דעם באװוּסטן אנארכיסט- עקספּראַפּריָאטאָר ארשינאָוו-מארין, װעלכער האָט דעם יונגן קימאט אַן-איװורעדיקן בונטאר, דעמלט אָנגעשפּיקעװעט אף דורך און דורך מיט אנארכיסטישע אידייען.

עטװאָס נאָך, װאָס מיר איז גוט באװוּסט וועגן אים.

א באפּרײַטער נאָך דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע, האָט דער 28-יאָריקער שווינדזיכטי- קער נעסטער מאכנאָ זיך אומגעקערט קיין הולײַפּאָליע, ארײַן אין באשטאנד פונעם דאָרף- קאָמיטעט, פארייניקט ארום זיך די אָרעמע פּוערים, די באטראקעס, די באאוולטע פון די געוועזענע הערשנדיקע שיכטן, און מיט ברויזנדיקער סינע אָנגעפאלן מיט זי אף די רײַבע גוטבאזיצער, אף די געהויבענע פּריצים, אף דער בוזשואזיע. דעמלט האָבן ברייטע שיכטן פונעם האָרעפּאשנעם פּױערטום אים אונטערגעהאלטן. זײַן אופשטענדלערישער אַטריאד, א באװאָפּנטער מיטן רעקוויזירטן געװוער, האָט זיך אלץ מער און מער פאנאנדערגעוואקסן. מע האָט זיך פארלאָזט לאנגע האָר, װי דער באטקאָ, זיך האסטיק געטראָגן אף די געוועזענע פּריצישע היציקע פערד, אף די בליאסקענדיקע טאטשאנקעס, אָנגעגרײַפט אף די דײַטשיש- עסטרײַכישע אָקופּאנטן, געיאָגט זיי פון דער היימישער ערד.

דרײַ מאָל האָט מאכנאָ נאָך די אונטערהאנדלונגען, וועלכע זײַנען פאָרגעקומען מיט דער סאַוועטישער קאָמאנדשאפט (מיט פרונזע, בעלא קון, אנטאַנאָװ-אָװסײענקאָ), אײַנגע- שטימט זיך באטייליקן אין די געמיינזאמע שלאכטן קעגן די װײַסגווארדײער. און דרײַ מאָל פאראטן. אין אָנהײב 1919, ווען עס איז געווען א מאנגל אין שלאכט-קויכעס, האָט די סאָ- וועטישע קאַמאנדשאפט אנערקענט די מעגלעכקײַט אויסנוצן אינעם קאמף קעגן די דעני- קינצעס מאכנאָס באװאָפּנטע אַטריאדן. די אָטריאדן זײַנען פארייניקט געװאָרן אין א מילי- טערישער בריגאדע אונטער דער קאָמאנדשאפט פון מאכנאָ און ארײַן איז באשטאנד פון דער סאָוועטישער זאדניעפּראָווסקער דיוויזיע, וועלכע האָט געפירט שווערע שלאכטן ארום מאריו- פּאָל. מאכנאָ האָט פאקטיש סאבאָטירט דאן די באפעלן פון דער קאָמאנדשאפט. אויך אין סענטיאבער 1919, ווען די דעניקינצעס האָבן פארכאפּט אוקראינע, האָט מאכנאָ מיט זײַנע רײַטער-טײילן זיך ניט באטייליקט ביזן סאָף אין די שווערע שלאכטן -- װוידער ניט אויסגע- פילט די באפעלן פון דער סאָוועטישער קאָמאנדשאפט. ענדגילטיק באנדיטיש פאראטן האָט מאכנאָ נאַכֿן באפרײַען צאָפן-טאווריע פון די ווראנגעלעווצעס. אן ארומגערינגלטער, א בא- ווירקטער פון די אנארכיסטן, פון די פילצאָליקע, אלץ מער און מער צוגעשטאנענע צו אים באלעגופישע און קאָלערלײ פארברעכערישע עלעמענטן -- סאָנים פון דער נײַער סאָװעטי- שער אַרדענונג, האָט ער אויסגעקערעװעט דאָס געווער קעגן דער רויטער ארמיי.

די רויטע ארמיי האָט צעקלאפּט, ענדגילטיק ליקוװוידירט אין אָנהײב 1921 דעם באטקאָס באנדעס. מאכנאַ איז מיט עטלעכע און אכציק אָנהענגער זײַנע באנאכט געהיים אריבער לעבן דעם שטעטל יאמפּאָל דעם דניעסטער און אוועק קיין רומעניע.

ליאָווקע זאדאָוו האָט געהאלטן דעם וועג אין אן אנדער ריכטונג -- קיין כארקאָוו. ער האָט זיך דערקליבן צו דער דעמלטיקער הױפּט-שטאָט פון דער סאָװועטישער אוקראינע, זיך געיאוועט אין טשעקא, אָפּגעגעבן דעם בראונינג, די גראנאטע און געמאָלדן:

-- איך בין ליאָװע זאדאָוו. איך בין געווען באם באטקאָ מאכנאָ. איך װויל ערלעך, איבערגעגעבן דינען דער סאָוועטנמאכט.

ער האָט עס געדארפט דערװײַזן מיט קאָנקרעטע מײַסים. און דערוויזן. אויסגעפילט פּינקטלעך װיכטיקע אופגאבעס: מיטגעהאָלפן אופדעקן די פארבאָרגענע אנטיסאָוועטישע אגענטן, דיווערסאנטן, טעראָריסטן, וועלכע מאכנאָ האָט איבערגעלאָזט, געהאָלפן אויסגע- פינען די פעסער מיט גאָלד, וועלכע מאכנאָ האָט אין פיל שטעט אַנגעראבעװעט און באגראָבן אין דיבראָווקער וואלד, אין אנדערע ערטער.

דירעקט מיט אויסגעפינען דאָס פארגראָבענע גאָלד פאר דער רעפּובליק האָבן לויטן אופטראָג פון פעליקס דזערזשינסקין זיך פארנומען מארק באָריסאָװיטש ספּעקטאָר און דמיטרי ניקאָלײַעװיטש מעדוועדיעוו. איך װויל כאָטש מיט עטלעכע װוערטער זיי דערמאָנען.

אין ניקאַלײַעװער מוזיי פון דער שטאָטישער קאָמיוגישער אַרגאניזאציע פארנעמט דעם אױיבנאָן א פּלאקאט: ,אלע אין קאמף קעגן דעניקינען!". אפן פּלאקאט -- פיל אונטערשריפטן פון די פרײַװיליקע, צװוישן זיי דער אונטערשריפט פונעם יונגן קאָמיוגיסט מארק ספּעקטאָר. דער פופצניאָריקער מארק האָט מיט געװער אין די הענט זיך געשלאָגן קעגן די דעניקינצעס,

* 46

נאָכדעם אויסגעפילט זייער וויכטיקע, פאראנטװאָרטלעכע אופגאבן פון דער מעלוכע. פעליקס דזערזשינסקי האָט אים באלוינט מיט פּערזענלעכן געווער, די רעגירונג -- מיט פיל אָרדענס, דערין אויך מיט א לענין-אָרדען.

דמיטרי ניקאָלײַעװיטש מעדוועדיעוו, דער עלטסטער פון דער אָפּעראטיוער גרופּע אף דאָרעם-אוקראיַנע, האָט זיך אויסגעצייכנט באם ליקווידירן די רעשטלעך פון דער מאכנאָו- שטשינע, אין אײַנשטעלן א נאָרמאל לעבן אף דער באפרײַטער אוקראיִנישער ערד. דערנאָך, בעשאס דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע, איז דמיטרי ניקאָלײַעװיטש מעדוועדיעוו געווען דער קאָמאנדיר פונעם בארימטן פּארטיזאנישן אָטריאד ,דער זיגער" (פּאָבעדיטעל). ער, דער העלד פונעם סאָוועטנפארבאנד, איז דער אװטאָר פונעם באוווסטן בוך ,סילניע דו- כאָם" (,מוטיק שטארקע").

ספּעקטאָר און מעדוועדיעוו האָבן די אויסגעפונענע פעסער מיט גאָלד אקטירט און איבערגעגעבן דער מעלוכע.

ליאָווקע זאדאָוו האָט אין דער זעלבער צײַט מיטגעהאָלפן אויסגעפינען מאכנאָס שטאב- דאָקומענטן, צעטלען פון זײַנע קאָמאנדירן, אויסגעפילט אנדערע וויכטיקע אופגאבעס און איז באשטימט געװאָרן אף א פאראנטװאָרטלעכער ארבעט אין דער דעמלטיקער בײַגרענעץ- שטאָט טיראספּאָל. נאָך טיראספּאָל האָט ער א היפּשע צײַט געארבעט אין אָדעס, אין די סאָוועטישע אָרגאנען. אין די דרײַסיקער יאָרן האָט ער :געוווינט בישכיינעס מיט מיר. איך -- אף דער בעבעל-גאס, ער -- דערנעבן אף רעמעסלענע. אין אָדעס האָט ער כאסענע געהאט. דאָ איז געבוירן געװאָרן זײַן זון וואדים. וואדים לװאָוויטש איז איצט פּאָלקאָװוניק פון טאן- קען-מיליטער אין דעמיסיע. זײַנע ביידע זין, ליאַווקע זאדאָווס אייניקלעך -- אָפיצערן פון דער סאָוועטישער ארמיי, אויך טאנקיסטן. שיינע כעוורע, געזונטע, געראָטן אין דעם טאטן, זייערע פאַטאָגראפיעס, די פאָטאַגראפיעס פון זייערע מישפּאָכעס, פון זייער זיידן --- ליאָקע זאדאָוון האָט מיר געגעבן די מעגלעכקײַט צו זען מארק באָריסאָװיטש ספּעקטאָר אין זײַן ארכיוו בא אים אין מאָסקװע.

איצט לאָמיר זיך אומקערן צו ליאָווקע זאדאָווס טאטן קיין הופּעלאָװע, װוּ מיר האָבן זיך אויסגעבאהאלטן פונעם רעגן. ווען דער הימל האָט א ביסל זיך אױסגעלײַטערט, זײַנען מיר ארויס פון דער האלב-טונקעלער זעמליאנקע, ווי-ניט-איז זיך אויסגעזעצט אף דער אָנגעלאַדענער ארבע, זיך געזעגנט מיטן אלטן זאדאָװן, צוגעוווּנטשן זיך זען אין פריידן. נאָר די גוטע װוּנטשן זײַנען ניט מעקויעם געװאָרן. אינגיכן, ווען די דעניקינצעס האָבן פארכאפּט די נאָענטע סטאנציע פּאָלאָגי, האָט זיך אָנגעטראָגן קיין הופּעלאָװע א װײַסגווארדײיַשער גאזלאָנישער שטראָף-אָטריאד. זיי האָבן אָפּגעזוכט ליאָווקע זאדאָווס טאטן, דעם אלטן קראנקן

זאדאָון, אכזאָריעסדיק אים געפּײַניקט, דערשאָסן און פארברענט צוזאמען מיט זײַן אָרעם שטיבל...

ביז הולײַפּאָליע האָבן מיר זיך געשלעפּט לאנג. דער װועג איז געווען צעשווענקט. די פערד האָבן קוים געשפּאנט. אויסגעמאטערטע, זײַגען מיר געקומען צו פאָרן אהין שוין שפּעט אין אָװנט. די ארבע האָט זיך אָפּנעשטעלט אין דער מיט (גאס לעבן מארק-פּלאץ. קײַן פײַער האָט אין ערגעץ זיך ניט געלויכטן. דער הימל איז באדעקט געווען מיט שווערע װאָלקנס, עס האָט אָנגעהױבן באלד מאראקען. אויסבאהאלטן זיך איז ניט געווען װוּ. צוטוליענדיק זיך איינס צום אנדערן, זײַנען מיר -- דער טאטע, די מאמע, כײַעיכאנע, פייגעלע, איך און אויך טימאָפײי צווישן אונדז -- געזעסן אף דער ארבע, איבערגעדעקט מיט די דורכגעװוייקטע קאָלדרעס, א גאנצע נאכט אונטערן רעגן..

(פאָרזעצונג קומט)

כאיִם מעלאמוד

יפא עס זצָזו, , 6

78

?}0

פון אונדזער שטעטל ביזן סאלקאַװוער צוקער-זאװאָד, װוּ מיר האָבן געארבעט, איז פון קאמע יאָרן געווען פינף װערסט. אלץ איז געווען הונדערטער מאָל אױסגעמאָסטן און איבערגעמאָסטן, ציילסט אָפּ דרײַצן טעלעגראף-סלופּעס, האָסטו א װוערסט. עס קאַן זײַן, ווען עמעצער פון אונדז זאָל געווען אפסניי איבערציילן די סלופּעס פונעם אָנהײב ביזן סאָף, װאָלט דער כעזשבן געווען א ביסל אן אנדערער. נאָר וועמען איז דאָס אָנגעגאנגען? דער כעזשבן איניינעם מיט די סלופּעס איז איבערגעגאנגען בעיערושע פון דאָר צו דאָר. און קיינער האָט אין דעם ניט געצווייפלט.

פאראן אָבער א כילעק פון די באטאָגיקע װערסטן און באנאכטיקע, פון די זומערדיקע און װוינטערדיקע, באזונדערס אָסיענדיקע, ווען מיר זײַנען שפּעט אין אָװנט געגאנגען אף דער באנאכטיקער וואכטע, געקנאָטן די טיפע און שיטערע בלאַטע, אָדער געבלאַנדזשעט צווישן די סלופּעס בייס א זאווערוכע. דאן האָט זיך געדוכט, אז צום זאװאָד איז ניט קיין פינף ווערסט, נאָר אלע צען. און ווען ניט כאַנציעלע גאנעוו מיט זײַנע שטיק, װאָלטן זיי זיך געדוכט שווערער און װײַטער פון אלע פופצן.

כאַנציעלע גאנעוו. ער איז געווען מיט א קאָפּ העכער פון אלעמען. מיט די פּלײיצעס האָט אוואדע ניט געלוינט מעסטן זיך. נאָר אונדז האָט זיך געדוכט, אז דער גאנצער קויעךר ליגט אין זײַנע פיס. צוויי גרויסע ראגלאיִם און א פּאַר װײַבערשע שקראבעס, ארומגעבונדן מיט שטריקלעך און דראָטלעך, זײַנען געווען װי אָנגעמאָסטן צו זײַן גאנצן הוילעך. ער האָט געשפּאנט איבער דער בלאָטע גרינג און גיך, געשפּאנט פאָרויס מיט א ברענענדיקן סטור- קאטש אין דער האנט און באלויכטן, אויסגעטאפּט און אױסגעטראָטן פאר אונדז דעם ועג, אויסגעזוכט װוּ א שטיינדעלע, אונדז זאָל גרינגער זײַן שטעלן די פיס. דערבײַ האָט ער ניט אופגעהערט-כאָכמענען זיך, אויסזינגען אלעמאָל אן אנדער לידעלע. א שטים האָט ער פאר- מאָגט א פהיילעכע, נאָר א קינדערשע, װאָס האָט קלאל ניט געפּאסט פאר אזא געזונטן באַ- כערעץ. און די לידעלעך זײַנע! װוּ האָט ער זיך עס אָנגעהערט און בא װועמען איבערגענומען אזויפיל גנייווישע, עמעסדיקע טורמע-לידלעך? ער האָט זי געזונגען מיט אזא געשמאק, מיט אזא פארכאפּונג און אנציקונג, גלײַך ער איז אויסגעוואקסן װער װוייסט וויפל אאָרן אין פארשיידענע טורמעס און קיין בעסערס איז פאר אים ניטאַ אין דער 'גאנצער וועלט.

ווען אומעטום האָט מען פארביטן די װערסטן אף קילאָמעטערס, איז דער זאװאָד גע- װאָרן א ביסל װײַטער, קימאט זיבן קילאָמעטער. נאָר כאַנציעלע האָט זיך אײַנגעשפּארט: ער וויל ניט װיסן פון קיין שום קילאָמעטערס. װוערסטן, און שוין! און ניט מערער פון פינף! סײַ זומער, סײַ װוינטער, סײַ באטאָג, סײַ באנאכט. און מיר האָבן געמוזט מיט אים מאסקים זײַן. װערסטן, און שוין.

נאָר דאַס איז שוין געווען שפּעטער, װוען מיר אלע זײַנען א ביסל אונטערגעוואקסן, געװאָרן זעכצניאָריקע, זיבעצניאָריקע -- עמעסדיקע ארבעטאָרער. ביז דאן האָבן מיר פאר אים מוירע געהאט. בא אונדזערע עלף צי צװעלף יאָר זײַנען מיר געווען אויסגעדארטע שנעקלעך. קעגן אונדז איז ער געווען א ריז. די גוטסקײַט איז געלעגן אף זײַן פּאָנעם און אף

4--18 18

זײַן שטענדיק שמייכעלע, נאָר ער האָט ליב געהאט שפּילן זיך מיט אונדז אין קאץ-און-מויז. צונויפגענומען ארום זיך א כאָפּטע שנעקלעך, האָט ער אָנגעבויגן דעם קאָפּ, ארויסגעשטעלט א פּאָר גרויסע שרעקעוודיקע אויגאנעס און ארויסגעברומט:

ךב בא

פון שרעק פלעגן מיר זיך אלע פאנאנדערלויפן,

כאָנציעלע איז געווען א יאָסעם. כזוייס נאָר ניט, צי א קײַלעכיקער, צי א האלבער, צי ער איז געוואקסן בא א מאמען אן אלמאָנע, צי בא װײַטע קרויווים. זײַן הײימלאָזיקײַט אָבער איז געווען א קײַלעכיקע. אן עמעסדיק גאסן-יינגעלע, װאַס איז געוואקסן אף העפקער, ארומגעשליאַנדערט גאנצענע טעג איבערן מארק, זיך געפּאשעט, װוּ עס האָט זיך געלאָזט, אויך אראָפּגעגאנװעט פון א װאָגן, װאָס עס האָט זיך געלאָזט. א פּאַר עפּל, א מערל, א רע- טעכל, אמאָל אפילע א קאוון, װאָס איז געווען זײַן גרעסטער טרוים,

א ביסל שפּעטער האָב איך אופגעהערט מוירע האָבן פאר אים. מיר האָבן אפילע זיך באפרײַנדעט. איך בין געווען גרויס בא זיך, װאָס איך פארמאַג אזא געהויבענעם כאווער, װאָס איך גיי באנאנד מיט אים. מיר האָט זיך דערבײַי געדוכט, אז דערפון קומט מיר צו א ביסעלע פון זײַן װוּקס, א ביסעלע פון זײַן גװוּרע און פון זײַן כוצפּע אויך א ביסעלע.

ווען מיר זײַנען שוין געװאָרן עמעסדיקע פרײַנט, האָט ער אין איינעם א מארק-טאָג א זאָג געטאָן צו מיר;

-- װייסטו װאָס? איך װעל דיר אויסלערנען גאנווענען קאווענעס.

קעדיי דערװײַזן אים, אז איך בין ווערט זײַן פרײַנטשאפט, האָב איך גלײַך געגעבן מײַן האסקאָמע,

די לאנגע און געדיכטע ריי פורלעך מיט קאווענעס, דיניעס און װאָס נאָר איר ווילט האָט געצויגן צו זיך, וי מיט א קישעף, געבלענדט די אויגן און געקיצלט אין האלדז. כאָנ- ציע האָט גענומען איבערכאזערן מיט מיר די טוירע:

-- אָט גײען מיר צו צו דעם פורל. איך נעם אין דער האנט א גרויסן קאוון, הייב אָן דינגען זיך, טו אים א קוועטש, צי טרעשטשעט ער וי מע דארף, און גיב אים, װוי ניט או- מיסטן, א קײַקל ארויס פונעם װאָגן. דו כאפּסט אים גלײַך אונטער און גײיסט זיך אוועק פּאמעלעך, פארוקסט זיך צוישן אוילעם און סטײַעסט ניט. איך נעם דערװײַל אין דער האנט א צווייטן קאוון און הייב זיך אָן דינגען.

מיר זײַנען צוגעקומען צום פורל. כאָנציעלע האָט א נעם געטאָן א קאוון, א פּרוּוו גע- טאָן, װי ער טרעשטשעט, נאָר איך בין אנטלאָפן, איידער ער האַט אים באוויזן אראָפּקײַקלען. גאנווענען האַב איך ניט געקאָנט. איך האָב געפילט, אז כװעל קיינמאָל ניט קאָנען, קיינמאָל ניט! און שולדיק אין דעם איז געווען איינע א געשיכטע, װאָס איז זיך פארלאָפן מיט מיר א פּאָר יאָר פריִער.

סאי א געשיכטע מיט א קעסטעלע, א שקאטולקעלע אזא, אף וועלכן עס זײַנען געווען אויסגעשניצט פארשיידענע כײַעלעך און פייגעלעך. איך האָב ניט איין מאָל געזען, וי אונד- זער שאָכנס מיידעלע שפּילט זיך מיט דעם. און אלעמאָל, ווען איך האָב דאָס דערזען, האָט דאָס הארץ אַנגעהױבן פלאטערן פון קינע, פון הייסן פארלאנג האָבן אמאָל אויך אזא װונ- דערבאר שקאטולקעלע.

אין איינעם א הייסן טאָג... כ'האָב דאָס קעסטעלע דערזען פונדערװײַטנס. סהאָט א גלאנץ געטאַן צו מיר מיט זײַנע אויסגעשניצטע פייגעלעך און מאמעש גערייצט זיך מיט מיר, גערופן צו זיך. בין איך צוגעקומען א ביסל נעענטער. דאָס קעסטעלע איז געלעגן אונטערן בערגל ניט װײַט פון אונדזער שטיבל. דאָס שענסטע, דאָס סאמע געגארטסטע, דאָס װווּנדער- באר קעסטעלע.

אין מיר האָט זיך צעשפּילט דער יעיצערהאָרע. ניין, סהאָט זיך אָנגעהױבן א שפּארעניש צװישן יעיצערהאָרע מיטן יעיצערטאָו...

-- נעם דיר דאָס קעסטעלע, -- האָט געטײַנעט דער יעיצערהאָרע. -- אויב דו װעסט עס ניט אופהייבן, װעט דאָס אופהייבן אן אנדערער. ס'איז דאָך איצט קיינעמס ניט!

דער יעיצערטאָװו האָט געטײַנעט זײַנס,

-- סײַװי װעט דאָס הייסן גנייווע. דו ווייסט דאָך, וועמעס קעסטעלע דאָס איזו

געזיגט האָט דער קינדערשער יעיצערהאָרע.

איך האָב אפגיך, טאקע גנייוויש, זיך ארומגעקוקט, צי קיינער זעט מיך ניט, א כאפ געטאָן דאָס קעסטעלע, גנייוויש ארײַנגערוקט דאָס אונטערן העמדל, אװעקגעלאָפן צו אונדז אין קעלער און פארוקט עס צװישן האָלץ.

49

א גאנצן טאָג בין איך ארומגעגאנגען און ארומגעקוקט זיך. מיר האָט זיך געדוכט, אז אף מײַן שטערן, אף מײַן פלאמענדיקן פּאַנעם איז אָנגעשריבן עפּעס אזוינס, זייער שענד- לעכס, און אלע טײַטן אף מיר מיט די פינגער.

עטלעכע מאָל האָב איך זיך אראָפּגעלאָזט אין קעלער, אָנגעטאפּט דאָס קעסטעלע און, א פלאטערנדיקער פון שרעק, ארויסגעלאָפן אין דרויסן, פוֹל מיט סינע צו זיך אליין. כ'האָב געװאַלט א כאפּ טאָן דאָס שקאטולקעלע און אָפּטראָגן עס אונדזערע שכיינים. כ'האָב מוירע געהאט, מע זאָל מיך ניט זען, װי איך טראָג ארויס דאָס קעסטעלע פונעם קעלער.

אזוי האָט זיך עס געצויגן ביז דער וועטשערע. סאיז געווען זייער א גוטע װעטשערע: הירזשענע קאשע מיט מילך. מיר האָבן דאן געהאט א ציג. און אָט די מילכיקע קאשע איז געווען פאר מיר דער בעסטער מײַכל. נאָר איך בין געזעסן באם טיש װי ניט קיין היגער און ארומגעבלאַנדזשעט מיטן לעפל פון יענער זײַט טעלער. די קאשע איז מיר ניט (געקראָכן אין האלדז ארײַן.

-- װאָס איז מיט דיר? -- האָט די מאמע געפרעגט. -- ביסט ניט געזונט?

-- פארװאָס דארף איך עפּעס זײַן ניט געזונט?

באמערקט, װי מײַן פּאָנעם פלאמט, האָט די מאמע צוגעלייגט די האנט צו מײַן שטערן.

-- האַסט ניט קיין היץ!

-- סאיז ניט פון היץ, ניט פון היץ! -- האָב איך אויסגעשריגן.

אין דער מינוט איז ארײַנגעקומען אונדזער שאָכן. יאָסל האַט מען אים גערופן, יאָסל וואסערבלײַ. באוויזן האָט ער זיך אין אונדזער שטעטל ניט לאנג, געארבעט ערגעץ אין א מיל און ארומגעפאָרן אין א גרינג בריטשקעלע. איך האָב ניט געקאָנט פארשטיין, װי האָט עס אזא גוויר, אזא פײַנער יונגערמאן זיך באזעצט אין אונדזער הינטערגעסל. װײַל טאקע נאָר אזא גוויר קאָן זיך דערלויבן קויפן דעם קינד אזא טײַערע מאטאָנע.

-- מײַן מאניעלע, -- האָט ער ארויסגעשטאמלט שטיל, װי אנטשולדיקט זיך, -- האָט זיך געשפּילט מיט א שפּילכל און האָט עס ערגעץ פארלוירן. עמעצער פון אײַך האָט עס צופעליק ניט באמערקט?

ער איז געווען זייער אן איידעלער מענטש, אָט דער יאַסל, קיינעם אין גאָרנישט ניט כוישעד געווען, אפילע ניט געזאָגט, װאָס איז דאָס פאר א שפּילכל. נאָר איך בין גלײַך אופ- געשפּרונגען, זיך צעװיינט און ארױיסגעלאָפן פון שטוב. אין א פּאַר מינוט ארום האָב איך ארײַנגעטראָגן דאָס קעסטעלע.

-- איך... איך... סאיז ניט אומיסטן, -- האָב איך אלץ געכליפּעט. -- סהאָט זיך גע- וואלגערט אונטערן בערגל.

-- װאָס זשע דארף מען װײנען? -- האָט דער שאָכן מיך בארויִקט. -- ביסט זײיער א װויל ייַנגעלע.

אין יענער מינוט האָב איך דערפילט און פארשטאנען, אז כזועל קיינמאָל ניט קאַנען גאנווענען, ניט קאָנען איבערטראָגן דאָס גנייווישע ארומקוקן זיך, דאָס אוועקלויפן מיט דער גנייווע. איך װעל ניט קאָנען איבערלעבן דעם שרעקלעכן ביזאָיען, אִיבער וועלכן כהאָב דאן עטלעכע טעג זיך געשעמט ארויסגיין אין דרויסן.

האָב איך דעם קאוון ניט געקאָנט אוועקגאנווענען, און אונדזער פרײַנטשאפט איז אף א צײַט אָפּגעקילט געװאָרן. באנײַט האָט זיך אונדזער פרײַנטשאפט, װען מיר האָבן איניינעם אַנגעהױבן שפּאנען אפן צוקער-זאװאָד און איניינעם דאָרט געארבעט.

אונדזער בריגאדע פון פיר מענטשן -- צווײי ייַנגלעך און צוויי מיידלעך -- האָט בא- דינט די מעכאנישע פילטערס, געדארפט זי פון צײַט צו צײַט איבערלאָדן: ארויסבאקומען די נאָך הייסע, אַנגעגליטע ראמען, אף וועלכע די ברעזענטענע ציכעלעך זײַנען געווען שטארק פארקויטיקט מיט קאלך, און אָנטאָן טרוקענע ציכעלעך, דערנאָך אָפּטראָגן די קוי- טיקע אין דער װעשערײַ. דאָרט האָבן מיר אין דער פּרײַער צײַט א ביסל אָפּגערוט.

ארײַנגעװאָרפן די קויטיקע ציכלעך אין גרויסן, אָנגעפילט מיט הייסער וואסער, היל- צערנעם באראבאן און אײַנגעשלאָסן אים אין דער עלעקטרישער נעץ, האָט דער באראבאן זיך געדרייט, פארטויבנדיק געגרילצט. די איבערגעוואשענע ציכעלעך פלעגן מיר ארויס- הענגען אינעם דערבײַיקן שמאָלן קעמערל מיט גענעמדיקער היץ.

צו אונדז אין דער װעשערײַ האָט מען קימאט יעדער וואכטע ארײַנגעבראכט א פּאַר הונדערט זעק אף איבערוואשן זיי. אין יעדן זאק איז געבליבן א זשמעניע צוקער.

איך בין נאָך אויך דאן געווען קעגן כאַנציען א שוואך, אויסגעדארט יאטל. די ארבעט איז מיר אַנגעקומען זײער שװער, און צום סאַף פון דער וואכטע פלעג איך פאלן פון די פיס, דער קאָפּ האַט זיך מיר געדרייט פון דער אומדערטרעגלעכער היץ. כאַנציע איז מיר שטענ-

0

דיק פארלאָפן אלע וועגן. געווען ניט װײיניק פאלן, ווען איך האָב פּאַשעט ניט געקאַנט זיך איפהייבן און אװעקלאָזן זיך מיט אים איבערלאָדן די פילטערס, האָט ער דאָס גערן געטאָן אליין. נאָר אָט, איבער יענע צוקער-זעק, האָבן מיר זיך צעקריגט.

פאר דעם, װי מע האָט געדארפט ארײַנווארפן די זעק אין באראבאן, האָט כאָנציע זיך ניט געפוילט, ארויסגעטרייסלט פון יעדן זאק דאָס זשמענקעלע צוקער און איבערגעלייגט צו זיך אין טאַרבעלע, האָב איך איינמאָל א זאָג געטאָן:

-- מע טאָר ניט אזוי, סאיז ניט שיין.

-- װאָסי, װילסט אויך א כיילעק? -- האָט ער זיך צעבייזערט.

-- איך דארף ניט קיין שום כיילעק. נאָר סאיז דאָך גנייווע.

-- װאָס פאר א גנייווע? סײַװי, עס ווערט דאָך פארפאלן.

-- זאָל דאָס פארפאלן וערן.

ער האָט א קוק געטאָן אף מיר אזוי, װי ער האָט שוין לאנג ניט געקוקט. מיט יענעם אָפּשפּעטנדיקן און אָנשרעקנדיקן בליק, וװוען ער האָט זיך געשפּילט מיט אונדז, װי א קאץ מיט קליינע מײַזעלעך.

-- זאָג מיר נאָר, אלע קאָמיוגיסטן זײַנען אזעלכע צעדרייטע?

-- און װי װועסטו ארױיסטראָגן דעם צוקער פונעם זאװאָד?

-- דאָס איז שוין מײַן דײַגע.

איך בין געווען שטארק אופגעבראכט, נאָר װאָס זאָגט מען אים אזוינס, ס זאָל אים דורכנעמען ביז דער לעבער, האָב איך ניט געװוּסט. האָב איך אויסגעשריגן ניט אינגאנצן קאָמיגיש:

-- אין דער טוירע שטייט... ,, לוי סיגנויוו"!

די צײַט האָט אונדז, װי פיל אנדערע שטעטלשע כעוורע, פאנאנדערגעזייט איבערן גאנצן לאנד. ‏ בלויז איין מאָל פון די אלע יאָרן האָב איך געהאט װעגן אים א גרוס, װאָס האָט גאנץ גוט געשטימט מיט כאָנציעס שטיק. ער האָט זיך פארװערבירט קיין סאכאלין און פארן אװעקפאָרן זיך בארימט: ביז ער װעט ניט פארדינען דרײַצן טויזנט רובל, װעט ער אהיים זיך ניט אומקערן. מע האָט, פארשטייט זיך, געקאָנט פרעגן, פארװאָס גאָר דרײַצן. נאָר דאָס איז דאָך געווען כאָנציעלע..

מיר האָבן זיך באגעגנט אין פערציק יאָר ארום, נאָך די אלע וועלט-אופטרייסלונגען, נאָך אלע איבערלעבענישן, גרוילן און פארלוסטן, וועלכע האָבן קיינעם ניט אויסגעמיטן. מיר האָבן זיך באגעגנט טאקע בא אונדז אין שטעטל, צום סאָף פון די זעכציקער אאָרן.

סאיז געווען א הייסער זומערדיקער טאָג, אלע זײַנען געגאנגען אין טעניסקעס מיט קורצע ארבל. כאָנציע האָט אָבער געשפּאנט איבער דער גאס אין א רעקל. איך האָב גלײַך זיך אָנגעשטױסן צוליב װאָס. ער האָט געװאָלט, אז אלע זאָלן זען זײַנע רײַכע באלוינונגען. און ניט קיין פּלאנקעס, װי געוויינלעך, נאָר לעבעדיקע אָרדענס און מעדאלן. שײַנענדיקע און בלישטשענדיקע, באהאנגענע פון ביידע זײַטן. זיי האָבן װי גערעדט: ,איר זעט? איר זעט כאָטש, װעמעס ברוסט מיר באשײַנען?"

דאָס זעלבע האָט אויך ארויסגערופן זײַן בארימעריש שמייכעלע, װאָס האָט ארויסגע- גלאנצט פון זײַנע אויגן, א שמייכעלע, װאָס האָט גאדלעסדיק געשפּיגלט זיך אין זיך אליין און אונטערגעװוּנקען צו יעדן באקאנטן און אומבאקאנטן. לויט דעם שמייכעלע און לוט דעם אונטערװוּנקען האָב איך אים דערקענט נאָך פונדערװײַטנס. ער האָט מיך אי יאָ דער- קענט, אי ניט. נאָך די דורכגעפלויגענע יאָרן איז מיר טאקע שווער געווען דערקענען.

-- נו, האָסט פארדינט אף סאכאלין דײַנע דרײַצן טויזנט רובל? -- האָב איך געפרעגט, באגריסנדיק זיך.

-- געלט איז בלאָטע, -- האָט כאָנציע אָפּגעענטפערט א ביסל בייזלעך, שטארק אומ- צופרידן אפּאָנעם דערמיט, װאָס כ'האָב אים דערמאָנט אזוינס, װאָס פּאסט ניט צו זײַנע בלי- שטשענדיקע אָרדענס. נאָר באלד האָט אף זײַן פּאָנעם א שײַן געטאָן דער אמאָליקער, העפ- קערדיקער שמייכל זײַנער.

-- װעלן מיר זיך דורכגיין קיין סאלקאָװע? -- האָט ער געפרעגט. אין זײַן טרוימערישן בליק האָט א שײַן געטאָן א לידעלע.

מיר האָבן געשפּאנט פּאמעלעך, פאָרזיכטיק און אונדז האָט זיך זייער געװאָלט, אז דער ועג זאָל זיך ציִען װאָס לענגער.

אראָפּגעלאָזט זיך אראָפּ, פארקערעװועט אף לינקס, זײַנען מיר צוגעקומען צו דעם שמאָלן ריטשקעלע, װוּ מיר פלעגן עס אריבערשפּרינגען פונעם ברעג אף א שטיין, און פונעם

1

שטיין ווידער אפן ברעג. דאָ איז אלץ געווען, װי מיט אריבער פערציק יאָר צוריק. דעריקער דער שטיין. אן אויסגעגלעטער, א גלאנציקער... ער איז דאָ אָפּגעלעגן די אלע יאָרן, גענעצט זיך, געפרוירן, פארשיט געװאָרן מיט שניי, פארקאָװועט געװאָרן מיט אײַ! און געבליבן אזא, וי געווען. געבענקט און געווארט אף אונדזער שפּרונג פון אים און אף אים. אלץ ארום -- די נידעריקע פּלױטן, די סעדלעך, פול מיט צײַטיקע רויטע װײַנשל, מיט נאָך גרינע פלוימען און לענגלעכע עפּעלעך, די שלעפעריקע הינער, װאָס האָבן ארומגעבלאַנדזשעט אין די הויפן, די אײַנגעהױקערטע אלטיטשקע, װאָס האָט געפּאָליעט קארטאַפל, -- אלץ איז געווען אזוי דערקענטבאר און אזוי בענקענדיק אומגעענדערט. די אלטיטשקע האָט אופגעהויבן דעם קאָפּ, פארזשמורעט די אויגן קעגן דער זון, דערנאָך זיך פארנייגט צו אונדז, שמייכלענדיק און באגריסנדיק. געוויס איז דאָס געװוען דער דוירעסדיקער מינהעג פונעם פּױער באגריסן יעדן דורכגייער. נאָר אונדז האָט זיך געדוכט, אז זי האָט אונדז דערקענט. זי -- אונדז, און מתשי- זי

אזוי, פארקישעפטע, זײַנען מיר ארופגעגאנגען בארג-ארוף, װוּ ס האָט זיך אָנגעהויבן א לאנגער גלײַכער וועג מיט פיל מאָל איבערגעציילטע טעלעגראף-סלופּעס. ס'איז מיטאמאָל פארשווונדן פון אונדז דער טאָג, די זון, דער גאנצער זומער. איבער אונדז איז געהאנגען אן אָסיענדיקער, פארכמארעטער און רעגנדיקער אָװנט. מיר שפּאנען שווער איבער דער צעקוואטשעטער ערד, פאָרויס גייט כאָנציעלע גאנעוו מיט א ברענענדיקן סטורקאטש אין די הענט און זינגט א פריילעך לידל. נאָך אים גייט עליע מוישע-באַרעכס, אָדער, װי מיר האָבן אים גערופן, עליע קאוואלעריסט. די אלע יאָרן נאָכן בירגערקריג האָט ער ניט געװאַלט געזעגענען זיך מיט זײַן לאנגער קאוואלעריסטישער שינעל און מיט די שפּאָרן אף די פיל מאָל געלאטעטע שטיוול. ער שפּאנט סאָלדאטיש, די שינעל פארהויבן און פארשטעקט אינעם רימען און זינגט זײַן באליבט לידל װעגן דער רויטער קאוואלעריע.

באנאנד מיט אים, האלטנדיק זיך פארן ארבל פון עליעס שינעל, גייט שוליע דער בלינדער. ביכלאל איז ער ניט קיין בלינדער, נאָר די ריִע איז בא אים קאליע געװאָרן, און שטענדיק װײַוט זיך אים אויס, אז א שפּאן פון אים איז א קאליוזשע, א בערגל אָדער א שטיין. קעדיי עליע זאָל זיך ניט בייזערן אף אים, זינגט ער אים נאָך מיט זײַן הייזעריקלעכער שטים.

זעליק דער געלער, װאָס טראָגט דעם צונאָמען איבער זײַן קורץ פּעלצל, און ייִסראָליק כאצקל דעם בעדערס האלטן אונטער איינער דעם אנדערן פאר די הענט און סטארען זיך איבערשרײַען אלעמען מיט זייערע כסידישע, צי אנטיכסידישע לידלעך.

האָסט אויסגעטראכט א פּאראָװאָז

און מיינסט דו ביסט א גיבער,

דער רעבע שפּרײט דעם טישטעך אויס און שפּאנט דעם יאם אריבער..

און זי מאכן דערבײַ א פּאָר ברייטע שפּאן, א סאך ברייטערע פון שוליעס, גלײַך זי קלײַבן זיך אריבערשפּאנען ניט קיין קאליוזשע, נאָר אן עמעסן יאם.

און די מיידלעך... מיידלעך בלײַבן שטענדיק מיידלעך. װי געמיין זיי זאָלן ניט זײַן אָנגעטאָן, איז יעדערע פון זיי פאר עמעצן די סאמע שענסטע. אָט גייט דינע בעניע דעם קאָוואלס, ניט-מיידלש ברייטפלײיציק און א ביסל הויכברוסטיק. זי פירט בא דער האנט װי א קלענער שוועסטערל די בלייכינקע און שוואכינקע ציפּעלע. ביידע -- ציפּעלע מיט איר דין פייגלש קעלכל און דינע מיט איר פארטויבנדיקער שטים זינגען בעשוטפעס אויס זייער טרויעריקס און זייער הארצרײַסנדיקס.

נעמט צונויף אלע מײַנע כאווערטעס, זי זאָלן העלפן וויינען...

שאָטנס, שאָטנס, באנאכטיקע שאָטנס... זיי הוידען זיך אונטער דער שײַן פונעם טשא- דענדיקן סטורקאטש, און זײערע שטימען דערטראָגן זיך אהער, װי א װײַטער װידערקאָל, קלינגען רעגעוודיק אין די אויערן און פּרעסן ווייטיקלעך באם הארצן. מיר האָט זיך געדוכט, אז אויך די דאָזיקע שטים איז פון יענער צײַט. א קאָל -- א װידערקאָל פון יענע אַװנטן. נאָר דאָס איז געווען זײַן, כאָנציעס, שטים, א לעבעדיקע און א קלינגענדיקע. און דאָס לִי- דעלע... טאקע פון יענע אָסיענדיקע אָװנטן. און אויסגעזונגען האָט ער עס אויך אזוי, װי אין יענע װײַטע יאָרן;

92

סאיז ארויס א מאָדע קאָזשענע טוזשורקעס, אוי, קאָזשענע טוזשורקעס. מע האָט געהארגעט מענאשען, פארפאלן די אורקעס.

כאָנציעס לעבעדיקע שטים קלינגט אויך איצט פריילעך און העפקערדיק, בליז א ביסל צוגעשטויבט פון די פיל אויסגעשפּאנטע װערסטן. מעגלעך דערפאר האָכ איך א זאָג געטאָן:

-- אונדזערע אמאָליקע פינף װערסטן.

-- ניטאָ איצט קיין װערסטן, -- כאַנציע האָט זיך מיטאמאָל אויסגעניכטערט פון זײַן פארכאַלעמטקײַט. -- די גאָרע וועלט באשטייט איצט פון הוילע קילאָמעטערס. דו שטעלסט זיך פאָר, װאָס באטײַט א קילאָמעטער אף דער פײַנטלעכער טעריטאָריע הארט לעבן דער פראָנט-ליניע, ווען דו קריכסט אפן בויך מיט א שווערן ,צונג" אונטער דער פּאכווע? ארום און ארום פײַפן קוילן, פליִען נידעריק איבער דײַן קאָפּ, און דו קריכסט און ציטערטסט ניט אזוי פאר זיך, וי פאר אָט דעם פארשיווע פאשיסטל. װײַל אויב, כאַלילע, עס טרעפט אים א קויל און ער גייט אויס אינמיטן װעג, צו װאָס זשע האָט געטויגט אָט דער שרעקלעך לאנגער קילאַמעטער, די שווערע טירכע און די גאנצע ריזיקע?

יענער אָסיענדיקער אָװנט האָט ניט געסטײַעט און ס'איז װוידער אופגעגאנגען די זון. דער ליכטיקער ארום האָט פינקלדיק זיך געמינעט מיט דער געלקײַט פון דער פרישער סטערניע, מיט דער טונקעלער גרינקײַט פון יונגן פּאפּשוי און מיט דער בונטער צעבליטקײַט פון שטאלטנע זונרויזן. ס'האָט געשמעקט מיט פיל אמאָליקן, מיט יענעם אײביקן, װאָס כאזערט זיך איבער יעדן זומער אין די טעג פון שניט. און די טעלעגראף-סלופּעס האָבן גע- הודיעט מיט א שטילן געװאָי פון א װוינטערדיקער זאווערוכע, מיט א געקלאנג פון װײַטע, זייער װײַטע גלעקעלעך אף ציגײַנערשע פערד.

און דאַ האָט כאָנציע זיך צערעדט. צום ערשטן מאָל האָב איך אים געהערט אזוי רעדן. פון זײַנע אויגן איז מיטאמאָל אנטרונען זייער פריילעכער גלאנץ, פון זייער פארבאַרגענער טיפקײַט האָט זיך דורכגעשמוגלט פיל ווייטיקלעכס.

...כאָנציעלע האָט מיט קליינע גנייוועלעך זיך פארנומען אויך אף סאכאלין, גנייוועלער דריבנע און אומשולדיקע, װי א קינדערשע שפּיל, אַן שום נויט און אויך אַן שום געדאנק. פּאָשעט, די פינגער אליין האָבן זיך א צי געטאָן. אין עטלעכע מינוט ארום האָט ער דאָס ארױיסגעװאָרפן, נאָר באפרײַען זיך פון אָט דעם לאקכענען האָט ער ניט געקאַנט. קיינעם האָט דאָס ניט געקימערט, נאָר באמערקט האָט מען עס. און גראָד די, וועלכע האָבן געזוכט כעוורע מיט אזעלכע טנועלעך, דערצו נאָך א שאָפער און אזא גוואר. קיין שיקער איז ער ניט געווען, נאָר פון א קויסעלע זיך ניט אָפּגעזאָגט. האָט מען אים איינמאָל אײַנגעלאדן אין רעסטאָראן, אין א באזונדער ווינקעלע, פארהאנגען מיט א גראָבן פאָרהאנג. געווען זייער פּײַנע מײַכאַלים און גוטער װײַן. די כעוורע -- אייגענע כעוורע פון זײַן גראד.

ווען מע האָט שוין גוט אויסגעטרונקען, איז מען צוגעטראָטן צום איקער. סהייסט, צו דעם, צוליב װאָס מע האָט אים אײַנגעלאדן. זי האָבן צוגעטראכט זייער א קלוגע זאך, א קליין סרייפעלע. פון אים פאָדערט זיך גאָרניט. מע דארף נאָר, ער זאָל צו יענער צײַט שטיין א ביסל אין א זײַט מיט זײַן מאשין. און שוין. אויסגעטרונקען נאָך צו קויסעלעך, איז מען זיך פאנאנדערגעגאנגען ביז איבערמאָרגן צוועלף אזייגער באנאכט.

ארויס פונעם רעסטאָראן און זיך א ביסל אויסגעניכטערט, איז ער שטיין געבליבן און אינגאנצן שוין א ניכטערער, א זאָג געטאָן צו זיך:

-- נו, כאַנציעלע, איינס פון די ביידע. אָדער אין דיר איז נאָך געבליבן א שטיקל מענטש, אָדער דו ביסט ניט מערער, װי א פּארשיווער הונט. און דו װעסט פּייגערן װוי א הונט. און סװעט א רועך אין דײַן טאטנס טאטן ארײַן.

סאיז אים געװאָרן א ראכמאָנעס אף זיך אליין, און אָנשטאַט אהיים האָט ער פארקע- רעװועט אין דער מיליציע.

ניין, ער האָט זיך ניט געקליבן עמעצן מאסערן, עמעצן ארויסגעבן, ער האָט געװאָלט בלויז איין זאך.

-- איך בעט אײַך זייער, -- האָט ער זיך געווענדט צום דעזשורנע פון דער מילי- ציע, 5 קריגט מיר א בילעט, איך זאָל שוין הײַנטיקע נאכט אומבאמערקט פארשווינדן פוז סאכאלין.

-- פארװאָס? -- האָט געפרעגט דער דעזשורנע. -- װאָס פאר א מעשוגאס איז דיר ארײַן אין קאָפּ?

03

-- זיי װעלן מיך הארגענען!

-- װער װעט דיך הארגענען? און פארװאָס?

-- װײַל איך װעל ניט קאָנען, איך װעל פּאָשעט ניט קאָנען!

-- װאָס װעסטו ניט קאַנען?

-- נו, דאָס איז אזא זאך...

-- ע, באָכער, אזוי װעט דאָס ניט גיין, אז מע קומט אין מיליציע, מוז מען שוין דער- ציילן אלץ ביזן סאָף.

האָט ער שוין געמוזט דערציילן. דאָס ערשטע מאָל אין זײַן לעבן האָט ער אויסדער- ציילט וועגן זיך אלץ, זינט ער געדענקט זיך. ועגן זײַן קינדערשער פאריאָסעמטקײַט און פארװאָרלאָזטקײַט, וועגן די דריבנע גנייוועלעך אפן מארק, וועגן דעם, װי ער האָט אויסגע- טרייסלט צו זיך אין טאָרבעלע די רעשטלעך צוקער פון די זעק, און אפילע אויך וועגן דעם, װי זײַנער א כאווער האָט אויסגעשריגן צו אים, אז אין דער טוירע שטייט , לוי סיגנויזו". נאָר יענץ איז געווען עפּעס אנדערש. דאָס אָבער שמעקט שוין מיט אן ערנסטן פארברעכן, און ער וויל ניט, ער קאָן ניט! מוז ער הײַנטיקע נאכט אוועק.

דער דעזשורנע האָט ארויסגערופן א העכערן נאטשאלניק, פאר וועלכן כאַנציע האָט געמוזט אלץ איבערכאזערן.

-- זי װעלן מיך הארגענען! -- האָט ער זיך שיר ניט צעוויינט.

-- איצט האָסטו ניט װאָס מוירע צו האָבן. ביסט אונטער א פעסטער שוץ פון דער מיליציע,

-- װאָס זשע זאָל איך איצט טאָן?

-- גאָרנישט ניט. דארפסט מאָרגן ארויס צו דער ארבעט. איבערמאַרגן אויך. און באנאכט צופאַרן מיט דער מאשין אין דער אָנגעמערקטער צײַט צום אָנגעמערקטן אָרט. דאָס איבעריקע איז שוין ניט דײַן זאך.

האָט ער שוין געמוזט טאַן אזוי, װי די מיליציע האָט באפוילן.

צום סאַף פון דער אױיספאַרשונג, וען אלץ האַט זיך אױיסגעקלאַרט, אין אױסגעקלאַר האָט זיך פיל מער פון דעם, װאָס כאָנציע האָט געװוּסט, האָט דער עלטערער אױיספאָרשער אים געדריקט די האנט און געזאָגט:

-- דו ווייסט כאָטש וועמען די האָסט אופגעדעקט? דאָס זײַנען געווען ניט קיין פֹּאַ- שעטע גאנאַװוים, נאָר געפערלעכע דיווערסאנטן, אגענטן פון דער יאפּאַנישער ראזוועדקע. עס האָט געשמעקט ניט מיט פּאַשעטער גנייווע, נאָר מיט ערנסטע דיווערסיעס, מיט אופ- רײַסן די סאמע גרעסטע זאװאָדן, די צענטראלע עלעקטראָסטאנציע. מיט װאָס זאָלן מיר דיך באלוינען?

-- מיט א בילעט קיין מאָסקװע! -- האָט ער אויסגעשריגן.

מאָסקװע איז געווען זײַן טרוים. די סאמע לײַטישסטע שטאָט אין דער װועלט. א שטאָט אָן גאנאָווים, אָן גאזלאָנים, אָן דיווערסאנטן און ביכלאל... מאָסקװע!

-- מאַסקװע איז מאָסקװע, -- האָט א שמייכל געטאָן דער אױספאָרשער. -- וועסטו אָפּזײַן נאָך א דרײַ טעג בא אונדז, ביז מיר װעלן צוגרייטן פאר דיר אלע דײַנע דאָקומענטן, אראָפּנעמען דיך פון דער ארבעט און קריגן פאר דיר א בילעט.

איך האָב זיך ניט נאָכגעפרעגט בא כאַנציען וועגן באזונדערע גענױיקײַטן. וואריאנטן פון אזעלכע גנייוועס, דיווערסיעס קאָן מען אָפט זען אין אונדזערע דעטעקטיווע פילמען. פאר מיר איז געווען וויכטיק דער סאָף, דער סאמע איקער: דאָס, װאָס מיר שפּאנען באנאנד איבער אונדזער פינפווערסטיקן װועג און טעלעגראף-סלופּעס הודיען װי אמאָל, אויסזינגענדיק פארשיידענע ניגנדלעך. איך הער אויט די ווידע פון שוין אן עלטערן מענטשן, א ווידע, פול מיט װייטיק און שטאָלץ. איך האָב בלויז א שמייכל געטאָן אין זיך, ווען ער האָט דערמאַנט דעם , לוי סיגנויוו", װעלכן איך האָב אויסגעשריגן צו אים אין יענער װעשערײַ ארום די צוקער-זעקלעך.

קיין מאַסקװע איז ער געפאָרן א באפליגלטער, א באפרײַטער פון אלע שרעקן און וואק- לענישן. אים איז געווען אומגעוויינלעך גוט און אומבאגרײַפלעך גרינג אפן הארצן. צום ערשטן מאָל אין לעבן איז אים אופגעקומען דער געדאנק װעגן גליק. ער איז געווען גליק- לעך, װאָס ער איז בײַגעקומען זיך אליין, זיך ‏ באפּרײַט פונעם פּרעסנדיקן געפיל פון שרעק, גליקלעך דערפון, װאָס דער צוג פירט אים קיין מאָסקװע. צו די אלע אומגעוויינלעכע גע- פילן איז אים צוגעקומען א געפיל פון האס צו אלע גאנאָװים אין דער װעלט, צו אלע און- טערצינדער און דיווערסאנטן. און א ביסעלע אויך צו זיך אליין, צו יענעם כאַנציעלע גאנעוו, וועלכער האָט זיך שיר ניט ארײַנגעפּאקט אין זייער מיִעסער זאך.

54

קיין מאַסקװע איז ער ניט דערפאָרן. דער ערשטער טאָג פון דער מילכאָמע האָט אים געטראָפן הינטער סװערדלאַװוסק. איז ער אראָפּ פונעם צוג און אוועק אינעם נאָענטסטן מי- ליטערישן קאַמיסאריאט.

-- אין וועלכן טייל ווילסטו? -- האָט געפרעגט דער װאָיענקאָם, באקוקנדיק אָט דעם יונגן גוואר.

-- אין ראזוועדקע, -- האָט בא כאָנציען זיך ארויסגעכאפּט.

-- פארװאָס אין ראזװועדקע? -- האָט געפרעגט דער װאיענקאָם. -- אין דײַן מיליטע- רישן בילעט איז דאָך אָנגעשריבן, אז דו ביסט א שאָפער.

-- אין ראזוועדקע, -- האָט כאָנציע געטײַנעט זײַנס.

-- מיילע, -- איז דער װאיענקאָם מאסקים געװוען. -- זאָל זײַן ראזוועדקע. די מיל- כאָמע איז דאָך אזא זאך...

וװוערסטן און קילאָמעטערס... איבערגעקרייצטע מיט פארשווארצטע הימלען און פאר- בלוטיקטער ערד. און ס'איז נישטאָ ניט קיין טאָג, ניט קיין נאכט, ניט קיין זומער, ניט קיין ווינטער. מילכאָמע. עס ציִען זיך װערסטן מיט אַקאָפּעס, מיט דראָט-פארצוימונגען, איבער- געפּאָקטע מיט װאָראָנקעס פון אופגעריסענע באָמבעס און סנאריאדן. און אָן א שיר בערג- לעך, אונטער וועלכע עס זײַנען פארשאָטן טויזנטער קאָרבאָנעס...

ע, ווען כאָנציע זאָל געוװוען װויסן, װאָס איז דאָס אזוינס יענע ראזועדקע, װוּהין ער האָט זיך אזוי געבעטן! אינעם אוױיסשפּיר-װזװאָד בא א שיסער-פּאָלק, אין װועלכן ער האָט געדינט, זײַנען געווען עלף סאָלדאטן. ווען מע האָט זיך געלאָזט אין געפערלעכן וועג נאָך א , צונג', האָט מען זיך צעטיילט אף צוויי גרופּעס. אין דער ערשטער, אין דער פארכא- פּונגס-גרופּע, האָבן געדארפט זײַן צוויי-דרײַ סאָלדאטן, אלע איבעריקע -- אין דער באשי- צונגס-גרופּע. נאָר כאַנציע האָט געפאָדערט, אז אין דער פארכאפּונגס-גרופּע זאָל זײַן נאָר ער, איינער אליין. אן איבעריקער מענטש איז צו ראשיק. ער אליין קאָן באשטיין פאר דרײַ. וער נאָך קאַן זיך אזוי אונטערגאנווענען, װי א קאץ, און ארופווארפן זיך אפן / צונג" אזוי, אז יענער זאַל שוין קיין פּיפּס ניט טאָן! מע דארף נאָר, אז אלע איבעריקע זאָלן האלטן אוג- טער זייער אויג דעם גאנצן ארום, װײַל בייס ער פּויזעט מיטן ,, צונג" אונטער דער פּאכווע, האָט ער פּאָשעט ניט ווען ארומקוקן זיך.

ער האַט געמוזט אָפּטאַן דאָס שטיקל ארבעט אליין, אויסלאָדן א ביסל פון זיך דעם אלץ-וואקסנדיקן האס צו די מערדער, וועלכע האָבן פארגאָסן דאָס לאנד מיט בלוט. ער האָט אויך געמוזט אף א שטיקל צײַט בלײַבן מיטן ,, צונג" אויג אף אויג, קעדיי דאָס פּארשיווע פאשיטטל זאָל דערפילן זײַן האס צו אים אזוי, אז ער זאָל פון שרעק ניט האָבן מיט װאָס צו דעכען. די ערשטע װאָרענונג איז געווען אוא:

-- אויב דו װילסט בלײַבן לעבן, איז פּאסעך שין שא. קלאַר?

דערנאָך, ווען כאַנציע האָט זיך איבערצײַגט, אז דער ,צונג" האָט אײַנגענומען א שטו- מעניש, האָט ער צו אים א זאָג געטאָן:

-- הער אויס, דו פארשטייסט א ביסל אף ייִדישׁ?

-- דו... א יודע?

-- א יודע, א רועך אין דײַן היטלערס טאטנס טאטן ארײַן..

איבערדערציילן אלע זײַנע פּאסירונגען פאר די יאָרן, װאַס מיר האָבן זיך ניט געזען, איז דאָס א מײַסע אָן א סאָף און צומאָל פּאָשעט אומגלייבלעך. נאָר אלץ, װאָס ער האָט דערציילט װעגן זיך, האָט ווירקלעך פּאסירט. אײינמאָל איז אים אויסגעקומען איבערנעכטיקן מיט זײַן ,צונג" אף א בוידעם פון א דאָרפישער כאטע, אן איבערגעפולטע מיט דײַטשן, און שיר ניט א גאנצן מעסלעס אײַנטײַנען מיטן דײַטשל, װי ער דארף זיך אופירן, אויב ער וויל בלײַבן לעבן. א צווייט מאָל האָט ער ארומגעבלאַנדזשעט מיט א , צונג" צוויי זאווערוכעדיקע מעסלעסן, ביז ער האָט אָפּגעזוכט די אייגענע אָקאָפּעס.

צווישן די עלף סאָלדאטן פון זײַן װזװאָד איז געװען א קוטשעראוו יאטל וואסיע קא- ליוזשני, וועמען ער האָט ליב באקומען װי א קלענערן ברודערל, געבאלעװועט אים אויך, וי אן אייגן ברודערל, געגעסן און געטרונקען מיט אים פון איין קעסעלע, אָפטער וי מיט עמעצן אנדערש פלעגט ער גיין מיטן דאָזיקן באָכערל נאָך א , צונג".

דער , צונג", וועלכן זיי האָבן אין איינער א נאכט געטאסקעט מיט זיך, איז געווען זייער א וואזשנער פױיגל. א האָגל מיט קוילן האָט זיי נאָכגעיאָגט פון אלע זײַטן. סנאריאדן האָבן זיך אופגעריסן איינער נאָכן אנדערן. די דײַטשן האָבן ניט געװאָלט, אז דער צונג" זאָל טרעפן צו אונדז א לעבעדיקער...

9

דער פּארשיווער , פויגל" איז געבליבן גאנץ. כאָנציע האַט אים פארדעקט מיט זײַנע ברייטע פּלײיצעס. א נאָענטער אופרײַס פון א סנאריאד האָט כאַנציען קאָנטוזיעט, געמאכט אינגאנצן טויב. זײַן בעסטער כאווער וואסיע קאליוזשני איז שטארק פארווונדעט געװאָרן. ווען כאָנציע האָט אים דערשלעפּט צו די אַקאָפּעס, איז ער שוין געווען טויט. כאַנציע האָט זיך צערעװועט, געװאָיעט און געברומט, צוגעפאלן צו וואסיען און אים געקושט. דערנאָך האָט ער זיך א װאָרף געטאָן מיט די קולעקעס צום דײַטש, באוויזן אף וואסיען. סהייסט, איבער אים, איבער אָט דעם פאשיסט, איז וואסיע אומגעקומען.

עטלעכע טעג האָט כאַנציע ארומגעשפּאנט ארום די זעמליאנקעס פונעם שטאב, גע- פאָכעט מיט די הענט, געדראָעט מיט די פויסטן, װילד געברומט. אלע האָבן געמיינט, אז גר האָט זיך גערירט און מע האָט זיך געקליבן אריבערפּעקלען אים אין מעדסאנבאט, נאָר כאָנציע האָט זיך אײַנגעשפּארט, ער װעט אין ערגעץ ניט פאָרן. ער װעט בלײַבן דאָ. דאָ, דאָ!

דערנאָך האָט ער זיך א ביסל בארויִקט, אפילע אָנגעהױבן ארויסברענגען באזונדערע ווערטער, נאַר די טױבקײַט איז נאָך ניט אריבער. גיין אין ראזוועדקע האָט ער נאָך ניט געקאָנט און אױסלאָזן דעם האס האָט ער ניט געהאט װוּ. ער איז געווען אזוי איבערגעלאָדן מיט האס, אז אפילע איצט, אין פיל יאָרן ארום, װען ער האַט מיר איבערדערציילט זײַנע מילכאָמע-פּאסירונגען, איז ער נאָך געווען פול מיט צאָרן. ער האָט דערפאר געמוזט איבע- רײַסן זײַן דערציילונג און אויסרעדן א ביסל דאָס הארץ.

-- פארשטייסט, מיר האָבן זי געשלאָגן, די פאשיסטן, קימאט אינגאנצן דערשלאָגן, נאָר א שיין ביסל איז איבערגעבליבן, זײַנען זיי זיך צעקראַכן איבער דער גאנצער ועלט, פארוקט זיך אין ווארעמע נאַרקעלעך, קוקן פון דאָרט ארויס... זאָל זיך נאָר אָנהײבן א נײַ זאווערושקעלע... װאָס באטראכסטו מיך אזוי? ס'איז שוין ניט יענער כאַנציע גאנעוו. מע איז פאר דער צײַט געװאָרן א ביסל קליגער.

כאַנציע האָט ניט געקאָנט ארומגיין אָן ארבעט. ער האָט געמוזט עפּעס טאָן, געמוזט יעדן טאָג, יעדע שאָ שלאָגן זיך. האָט ער געטראכט, געטראכט און צוגעטראכט: אָפּנעזוכט א ראָד פון א װאָגן, א ראָד מיט אן אקס, ארײַנגעפּראװעט זי אין א קלאָץ אזוי, אז די ראָד זאָל זיך גרינג דרייען, און צוגעקרעמפּעװעט צו איר א קעגנטאנקען-ביקס. איז דאָס שוין גע- װאָרן קימאט א זעניטקע. מעסלעסן האָט ער דעזשורעט לעבן זײַן זעניטקע און ארויסגעקוקט אפן הימל. אייניקע האָבן געלאכט פון אים, אנדערע האָבן געקוקט אף זײַן אופטו מיט בא- וויליקונג און מיטגעפיל, אבי ער זאָל אזוי ניט ארומבלאָנדזשען װי א גערירטער. וי נאָר עס פלעגן זיך באװײַזן אפן הימל פײַנטלעכע אעראָפּלאנען, האַט ער אָנגעהױיבן דרייען זיך איניינעם מיט דער ראָד און שיסן. דערװײַל האָט זיך פון זײַן שיסערײַ גאָרנישט ניט באקו- מען. נאָר כאָנציע איז בא זיך ניט אראָפּגעפאלן.

אין איינעם א זוניקן טאָג האָט איבער דער טעריטאָריע פונעם שטאב פונעם פּאָלק זיך אַנגעהױבן ארומדרייען א דײַטשישער אעראָפּלאן. דאָס איז געװוען אן אעראָפּלאן אן אױסשפּירער. ער איז געפלויגן גאנץ הויך, נאָר פּאמעלעך. מע האָט שוין געװוּסט, אז נאָך אים װעט זיך באװײַזן אן עסקאדריליע באָמבארדירער.

-- נו, גוט, -- האָט כאָנציע א זאָג געטאָן צו זיך, -- אונדזער אױסשפּירער אף דער ערד, און זייער אױסשפּירער אפן הימל. און לאָמיר זען, װער וועמען.

כאַנציע האָט אָנגעהױבן דרייען זײַן ראָד, געדרייט אים אהין, געדרייט אים אהער, עטלעכע מאָל אױסגעשאָסן און געטראָפן. דער אעראָפּלאן האָט אָנגעהױבן רויכערן זיך, דערנאָך אינגאנצן אופגעפלאמט. דער פּילאָט האָט זיך אראָפּגעװאַרפן אף א פּאראשוט, טאקע ניט װײַט פון די שטאב-זעמליאנקעס, און גלײַך געטראָפן אין די הענט פון אונדזערע אוו- טאָמאטלער.

בייס דער אױספאָרשונג האָט דער אראָפּגעשאַסענער פאשיסט מיט א גאדלעסדיקער מינע אָפּגעענטפערט:

-- איך האָב מילכאָמע געהאלטן אין שפּאניע, אין פראנקרײַך, געפלויגן אף אלע מי- נים באָמבארדירער און פארניכטלער. שוין דאָס דריטע יאָר, װי איך פלי אין די רוסישע הימלען. כ'האָב שוין פארגעסן די צאָל לופט-שלאכטן. איך װעל ניט ענטפערן אף אײַערע פראגן, ביז איר װעט מיר ניט װײַזן, װער און מיט װאָס האָט מיך אראָפּגעקלאפּט.

האָט מען אים צוגעפירט צו דער ראָד, לעבן וועלכער ס'איז געשטאנען כאַנציע. זײַן פּאָנעם האָט געשמייכלט פון גליק, װאָס פון אָט דער אומגעריכטער אופטרייסלונג האָט זיך אים אינגאנצן אומגעקערט דאָס געהער און דאָס לאָשן.

-- דאַנער װעטער! -- האָט דער דײַטש זיך אויסגעזידלט און געפרעגט בא אים: -- װי רופט מען דיך?

6

-- כאַנציע! -- האָט ער אויסגעשריגן, נאָך אלץ ניט גלייבנדיק, אז ער הערט זײַנע אייגענע ווערטער. -- כאנאן איזראילעוויטש.

-- א יודע? -- איז דער דײַטש אופגעזאָטן געװאָרן און פארשטעלט מיט די הענט דאָס פּאָנעם. -- מײַן גאָט!

-- א יודע, א יודע, -- האָט כאָנציע װי גערייצט זיך מיט אים. -- עס װעט נאָך א רועך אין דײַן טאטנס טאטן ארײַן.

ער האָט אים געװאָלט זאָגן נאָך עפּעס, געװאָלט אויסגיסן אף אים דעם גאנצן צאָרן פאר די אלע אומגליקן, װאָס אָט די לײַט האָבן געבראכט זײַן היים, פאר די אומגעקומענע כא- וויירים און פאר וואסיע קאליוזשני, װאָס איז אומגעקומען איבער אזא-אָ. נאָר דעמלט האָט כאָנציע נאָך ניט פארמאָגט קיין ווערטער אף אויסדריקן דאָס אלץ, האָט ער אויסגעשריגן אף ייִדיש:

-- עס שטייט אין דער טוירע... ,לוי סיגנויוו"!

װערסטן און קילאָמעטערס.. װי. אופגעלאָפענע בלאַטערלעך אין מײַן פארווונדעטן זיקאָרן. אין יעדער בלאָטערל אן אנדער געשיכטע, איינע ווייטיקלעכער פון דער אנדערער. אָפטמאָל שווימט פאר מיר ארויס כאַנציעלע גאנעוו. באזונדערס דאן, ווען דורך די אלֶע פארשיידענע אינפאָרמאציע-קוואלן דערטראָגן זיך צו מיר מיט א פארטויבנדיקן אליארם די יעדיִעס װעגן די שוידערלעכע מײַסים פון די וועלט-רויבער, וועלכע פאלן אָן אף די לענ- א װאָס וואגן אויסקעמפן פאר זיך פרײַהײַט און זעלבשטענדיקײַט. זי זײַנען גרייט אונ- טערצינדן די װעלט, קעדיי פארזיכערן פאר זיך די קאָלאָסאלע רעװאָכים און די פאנטאס- טישע לוקסוסן. עס װוילט זיך אױסשרײַען װי כאָנציע, ווען ער האָט דערזען פאר זיך דעם פאשיסטישן פּילאָט: , לוי סיגנויוו"!, מיײנענדיק דערבײַ מיט דעם פיל מער, וי אלע אסערעס האדיברעס,

גע געגעגעצשיטשששגג אטעג גטגטגטגשטעע גאט אטגטגטגטגטגטגטנג)

איז פילזײַטיקײַט בא א קינסטלער א בראַכע צי א קלאָלע?

אָט די פראגע קומט מיר אָפטמאָל אין זינען, און, ארײַנטראכטנדיק זיך, איבערקלײַבנדיק אין געדאנק פאר- שיידענע קאַנקרעטע בײַשפּילן, מוז איך מיר ענטפערן: עס הענגט אָפּ... פון װאָס? פון אומשטאנדן אַביעקטיווע, אָדער װי מע רופט עס -- גויר?. אויך פון כאראקטער, דיסציפּלין, װאָס דער קינסטלער צווינגט אף זיך ארוף

שרײַבער איז פאר מיר אזא מין באגריף, פאר װעלכן איך ציטער, מאמעש איך צימער. אף אָנקלידן עמעצן אָט דעם טיטל דארף איך שוין זײַן אָנגעפילט מיט דער באציונג, װאָס פאר- לאנגט מיט איבערצײַגונג, איך זאָל עס זאָן. שרײַבער איז פאר מיר א באגריף פון גאַר גרויסן אינהאלט. עס איז מער װי פּאַעט אָדער פּראַזאיִקער אַדער בעלעטריסט. א באגריף פון גרויס אכרייעס.

מוישע אלטמאן

שמועל גאַָרדאַן

לייד און פרייד

אף וועמען בייזערט זיך דאָס אזוי דער מענטש אפן ברעג? צו אים, אלנפאלס, האָט יויסעף אראָנאָװו א קלער געטאָן וועגן זיך, האָט עס געוויס ניט קיין שײַכעס. פאר די שיפלעך און װעלאָסיפּעדן זײַנען אין יאם דאָך ניט אײַנגעשטעלט, װי פאר די שווימער, קיין פּינקט- לעכע גרענעצן, ביזוואנען מע מעג זיך דערװײַטערן פון ברעג. קענטיק, אז דאָס שרײַט ער אף די, וועלכע האָבן זיך פארקליבן צו װײַט, װוּ סאיז פארבאָטן זיך צו באָדן.

אין א שטיקל צײַט ארום האָט זיך װוידער דערהערט פונעם ברעג די זעלבע שטרענגע שטים אינעם מעגאפאָן. איצטיקס מאָל קער זיך עס שוין ניט אָן צו די שווימער. אלע האָבן זיך אומגעקערט צוריק אהין, װוּ מע מעג זיך באָדן. קומט אויס, אז יענער ווענדט זיך אצינד צו עמעצן אין די שיפלעך, אָדער צו עמעצן פון די װעלאָסיפּעדיסטן. צי ניט צו אים, יויסעפן, מאכט ער עס אזוי מיטן פענדל, רופט אים צו זיך?

תד שעיי, שטיי, -- טוט יויסעף א זאָג צו זיך און כאפּט דערבײַ א קוק צו דער הייך, -- וויפל בעערעך קאָן זײַן איצט דער זייגער?

דאָס האנטזייגערל זײַנס האָט ער איבערגעלאָזט אפן פּליאזש אין דער הויזן-קעשענקע. אין פרעגן בא די שווימער איז דאָך ניט שײַעך. װער נעמט עס מיט אין יאם בייסן באָדן זיך א זייגער? פרעגן בא די, וועלכע זיצן אין די שיפלעך און אף די װעלאָסיפּעדן, װעלן זי אלציינס ניט דערהערן. זי האָבן זיך פארקליבן פון אים אזוי װײַט, אז אָן א מעגאפאָן װאָלט זײַן קאָל צו זיי סײַװי ניט דערגאנגען.

דער מענטש אפן ברעג הערט אָבער אלץ ניט אוף צו טומלען און פאָכען אהער מיטן פענדל. זאָל זײַן, אז יענער מיינט עס טאקע אים? נאָר עפּעס גלייבט זיך ניט, אז סאיז שוין אריבערגעגאנגען צוויי שאָ, זינט ער האָט גענומען אף פּראָקאט דעם וואסער-װעלאָסיפּעד, און ווען אפילע אאָ, איז װאָס איז פאראן דאָ מוירע צו האָבן? ער װעט ניט באצאָלן פאר דער איבעריקער צײַט, צי ער װעט אנטלויפן מיטן װעלאָסיפּעד? ער האָט דאָך איבערגעלאָזט, יויסעף, אף דער פּראָקאטנער סטאנציע א מאשקן, דאָס קוראָרט-ביכעלע, און דאָרט איז אָנגעװויזן װוּ שטייט ער דאָ אײַן. נאָר יויסעף האָט אָן דעם מינדסטן פאריבל פארקערעװועט דעם װעלאָסיפּעד אף צוריק, דרייענדיק האסטיק די ברייטע פּעדאלן.

ניט דערפאָרנדיק נאָך צום בוי, צו דעם רויטן קײַלעך, װאָס האָט זיך געוויגט אף די שטיפערישע װעלן, האָט אראָנאָוו דערהערט אָנרופן אינעם הויכריידער א פאמיליע-נאָמען, װאָס האָט ניט קיין שום ענלעכס מיט זײַנעם. דערזען װי האסטיק ס'האָט זיך א טראָג געטאָן צום ברעג א שיפל, האָט יויסעף פארשטאנען, אז בלויז דעם דאָזיקן האָט דאָס מאָל געהאט אין זינען דער מענטש פון דער פּראָקאטנער סטאנציע.

ווען יויסעף האָט אין א װײַלע ארום א דריי געטאָן דעם רודער אין דער פארקערטער ריכטונג, האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז דער װעלאָסיפּעד האָט זיך דערפרייט, װאָס מע האָט אים פארקערעוועט אף צוריק און ער װועט װוידער פארקלײַבן זיך װײַט אין יאם, װוּ אפילע אין אזא שטילן טאָג, װי הײַנט, שפּאצירט דאָרט אויך ארום א װינטל, לאָזט ניט דער זון אָנגליִען די לופט, קילט זי די גאנצע צײַט אָפּ פון דער ברענענדיקער היץ. אין ערגעץ

8

עטעמט זיך אים ניט אזוי לײַכט און מיט דער פולער ברוסט װי אפן יאם. די לופט איז דאָ באזונדערס באטאמט. פאר די דרײַ װאָכן צײַט אף קוראָרט האָט ער ניט שלעכט זיך אָנגע? עטעמט מיט דער מעכײַעדיקער יאם-לופט. 6

װי יויסעפן געדענקט זיך, האָט ער, זײַענדיק אף קוראָרט, קינמאָל ניט פארבראכט אזויפיל באם יאם, װי הײַנטיקס מאָל, און ניט דערפאר, װײַל ער באקלאָגט זיך, כאַלילע, אפן געזונט. צו פרי נאָך, אז ער זאָל זיך דערוף באקלאָגן. אים איז נאָך גאנץ װײַטלעך צו פופציק, כאָטש ער איז מיט מאזל שוין דאָס פערטע יאַר א זיידע. דעם עמעס געזאָגט, װאָלט אים ניט געארט װוערן א זיידע נאָך מיט א פּאַר יאָר פריִער. אמאָליקע צײַטן, דערציילט מען, פלעגט מען אין זײַן עלטער שוין האָבן דערוואקסענע אייניקלעך. סזאָל נאָר ניט זײַן קיין מילכאָמע, קען ער מיט זײַן מאלקען נאָך דערלעבן צו אורייניקלעך. דער געבילדעטער יונ? גערמאן, יעפים ליפּאַװויטש, מיט וועמען ער שטייט אײַן אף קווארטיר בא איין באלעבאָסטע, פארזיכערט, אז סזועלן ביכלאל שוין מער ניט זײַן קיין מילכאַמעס. לויט דעם, װי יעפים דערקלערט עס, קומט אויס, אז אנדערש קאָן גאָרניט זײַן, סאיז װי צוויי מאָל צװײי איז פיר. לוט דעם אָבער, װי דער לעקטאָר האָט נעכטן גערעדט װועגן דעם זעלבן אינעם שטאָ. טישן גאָרטן פאר א פארזאמלטן אוילעם, זעט עס אויס װײַט ניט אזוי, װי דער שאַכן זײַנער זאָגט. אינגאנצן בארויקן זיך, אלנפאלס, װי יויסעף פארשטייט פון דער לעקציע, איז דער- װײַל צו פרי. מע קאַן נאָך אלץ דערווארטן, מע דארף צו אלץ זײַן גרייט.

אים, יויסעף אראָנאָװן, איז ניט אויסגעקומען מילכאַמע האלטן. דער קריג האָט זיך פארענדיקט מיט א היפּש ביסל יאָרן פאר דעם, װי מע האָט אים גענומען אין דער ארמיי. נאָר װאָס איז אזוינס מילכאָמע, ווייסט, דאכט זיך, קינד און קייט. מע האָט זיך װעגן דעם אָנגעזען און אָנגעהערט אין קינאָ, אין טעלעװיזאָר, אין דער ראדיאָ, זיך אָנגעלײענט אין די צײַטונגען און ביכער. אלנפאלס, װאָס באטײַט פאר א סאָלדאט גאנצע שטיוול, די פיס זאָלן ניט פרירן, ניט װייקן זיך אין דער נעץ און אז דערפון איז אף דער מילכאַמע אויך א סאך געווענדט, דארף מען אים ניט אונטערזאָגן. דערװײַל איז ניט געווען נאָר דעד פאל; אז אף דער שוך-פאבריק, װוּ ער ארבעט פאר א בראקירער, זאָל ער װען-ניט-איז דורכלאָזן דורך זײַנע הענט א פּאָר שׂלעכט-געמאכטע שטיוול. |

נאָר װי גוט און איבערגעגעבן מע זאָל ניט ארבעטן, דארף מען סײַװי זײַן צו אלץ גרייט. פארשטיין פארשטייט ער עס, אַבער באנעמען אינגאנצן אזוי, װי סהאָט דערפון נעכטן גערעדט דער לעקטאָר, דאָס קאָן ער ניט. סאיז זיך פּאַשעט ניט פאָרצושטעלן, ויאזוי קאָן עס זײַן, אז אין איינעם א טאָג, אין אזא שיינעם זוניקן טאָג, לעמאָשל, וי הײַנט, זאָל פּלוצעם ווערן אויס פעלדער און װועלדער, אויס טײַכן און יאמען, אויס באשעפענישן, אייס מענטשן, פאר איינע צוויי שאָ, אפילע פאר װײיניקער, זאָל װערן אויס וועלט..

דער שאָכן זײַנער, פימע, איז עפשער געווען גערעכט, װאָס ער האָט אים נעכטן אָפּ- גערעדט גיין אף דער דאָזיקער לעקציע. ניט צוליב דעם, זאָגט יעפים, איז ער געפאָרן אף קוראָרט, אז מע זאָל אים פארשטערן דעם אָפּרו מיט קאָלערלײ געשיכטעס, איינע שרעקלץ- כער פון דער אנדערער. ער איז געפאָרן אהער אראָפּווארפן פין זיך אלע דײַגעס און זאָרגן, פּאָשעט האנאַע האָבן פונעם לעבן.

און דאָך איז יויסעף צופרידן, װאָס ער איז געגאנגען נעכטן אף דער לעקציע. װיָאזױ סזאָל ניט זײַן, נאַר אז מע ווייסט פארפריער, װאָס מע קאַן דערווארטן, װערט נאָך מער טײַערער דאָס אלץ, װאָס מע האָט, מע היט עס דעמלט גאָר אנדערש אָפּ. אראַנאָוון דוכט זיך שוין אפילע, אז דער זעלבער יאם איז אים נעכטן ניט געווען אזוי ליב און טײַער, װי הײַנט...

וי מאָדנע דאָס זאָל פאר אים ניט זײַן, נאָר אױסער דעם יאם גייט אים איצט מער קיין זאך ניט אַן. ער לאָזט אָפּ דעם רודער פונעם וואסער-װעלאַסיפּעד, די פּעדאלן און שפּירט נאָך נאָך דער שפּיל פון די כוואליעס, װי זי שטיפן, יאָגן אָן און יאָגן אריבער איינע די אנדערע. די זון קארגט ניט דעם יאם איר גאָלד און שפּיגלט זיך פון דער בלויער הייך אין דער אייגענער שײגקײַט. ו

צוקוקנדיק זיך צו דעם אלעם, האַט פון יויסעפן געגעבן א שפּאד ארויס די נאָך ניט אינגאנצן פארשווונדענע שטיפערישע יוגנט און סהאָט זיך אים פארגלוסט ארײַן אין דער שפּיל, וועלכע דער יאם האָט געפירט. קיין רעגע ניט געקלערט מער, האָט יויסעף אראָפּגע- כאפּט פון קאָפּ די שטרויענע הוט און געגעבן א שפּרונג ארוף אף א פארבײַלויפנדיקער כוואליע. דאָס געפיל, אז אונטער אים איז א טיפקײַט, ניט אויסצומעסטן זי, האָט געמאכט יויסעפן דרייסטער, שטארקער, זיכערער.

99

פון ברעג האָט זיך װידער דערטראָגן די שטרענגע שטים פונעם הויכריידער. קלאָר, אז דאָס-מאָל האָט יענער געשריִען בלויז צו אים, געפאָדערט, ער זאָל זיך גלײַך אומקערן. צו װײַט איז ער אָפּגעשװוּמען.

װי א טרײַער איבערגעגעבענער פרײַנט איז אים נאַכגעשװוּמען דער װעלאָסיפּעד. יויסעף האָט, ליגנדיק מיטן פּאַנעם צו דער זוניקער הייך, צוגעווארט ביז דער װעלאָסיפּעד האָט זיך דערנעענטערט און ניט געײַלט זיך ארופגעזעצט אף אים.

יאָ, אין איינס איז דער שאַכן זײַנער געוויס גערעכט. אז מע פאָרט אף קוראָרט, אין א סאנאטאָריע, צי װי ער און פימע אפן אייגענעם באראָט, ,ווילדע" הייסט עס, דארף מען צום אלעם ערשטן אראָפּווארפן פון זיך אלע דײַגעס און זאָרגן און האנאָע האָבן פונעם לעבן. און װאָס פאר א גרעסערן פארגעניגן קאָן זײַן, װי פארקלײַבן זיך אין אזא גאָלדענעם טאָג אין אָפענעם יאם און לאָזן דעם װעלאָסיפּעד פראנק און פרײַ זיך וויגן אף די כוואליעס? די מעוועס דרייען זיך ארום אים, זעצן זיך שורעסװײַז אויס אפן וואסער. זייער איבערשרײַען זיך איינע מיט דער אנדערער און אלע צוזאמען איז מער ענלעך אף א געזאנג. יויסעף הערט זיך צו און אומבאמערקט פאר זיך אליין נעמט ער ביסלעכװײַז אונטערזינגען. פריער שטיל, דערנאַכדעם אלץ העכער און העכער. ער קאָן בעשום-אויפן זיך ניט דערמאָנען, װאָס פאר א ליד זינגט ער. נאָר אים גייט עס ניט אָן. לויטן מאָטיוו פארשטייט ער, אז אויך די וער- טער פון דער ליד דארפן זײַן מונטערע, האָפערדיקע.

און שיר ניט אין דער זעלבער רעגע, ווען די מעלאָדיע האָט אראָפּגעבראכט מיט זיך דעם אָנהײב פון דער ליד און יויסעף האָט פריילעך און מונטער ארויסגעוונגען די װערטער הויך אף א קאָל, האָט ער פּלוצעם דערפילט אין מויל אונטערן גומען עפּעס זייער א הארטס.

-- טפו... טפו...

ניט אנדערש, האָט יויסעף א קלער געטאָן, אז איינע פון די שטיפערישע כוואליעס האָט אים בייסן שווימען מעכאבעד געווען מיט עפּעס פון די רײַכטימער, מיט וועלכע עס איז רײַך דער יאם און װאָס זי שלײַדערט צאָרנדיק ארויס בייס א שטורעם אפן ברעג. נאָר וויפל אראָנאָוו האָט ניט ‏ געשפּיגן, געדרייט הין און הער מיט דער צונג, ניט דורכלאָזנדיק אינעם מויל קיין מינדסט קעמערל, ארומגעטאפּט עס פון אלע זײַטן, האָט ער פונעם הארטן בערגעלע אונטערן גומען זיך פאָרט ניט געקאָנט באפרײַען.

ניין, ס'איז ניט פון יאם! די כוואליעס זײַנען הײַנט ווייכע, שטילע, ניט אזעלכע, װאָס זאָלן עפּעס איבערלאָזן נאָך זיך אפן ברעג.

עס זײַנען אריבּער שוין עטלעכע מינוט, מעשונע לאנגע מינוטן, נאָר דאָס הארטע און קײַלעכיקע, װי א ניסל, אונטערן גומען לאָזט זיך ניט כאפּן, באהאלט זיך דאָרט ערגעץ אויס און גיט נאָכאנאנד װעגן זיך צו װויסן. אראָנאָוון האָט זיך אָבער נאָך אלץ ניט געװאָלט גלייבן, אז סאיז געשען הײַנט דאָס, װעגן װאָס מאלקע זײַנע האָט אים וויפל מאָל שוין געװאָרנט, אז פונעם טרינקען זודיקן טיי און בראָטן זיך אף דער זון װעט אים צו קיין גוטס ניט דערפירן. קיין הייסע טיי טרינקט ער שוין פון לאנג ניט. מאלקע האָט אים דערפון אָפּגעװױנט, כאָטש אים איז עס אָנגעקומען ניט אף קיין סאך לײַכטער, וי דאָס ווארפן מיט א פּאָר יאָר צוריק דאָס רייכערן. אָבער ויאזוי איז מען עס אף א פּליאזש, באם ברעג יאם, און מע זאָל זיך אויסבאהאלטן פון דער זון?!

אין די פאָריקע זומערס האָט ער קימאט שטענדיק געהאט איבער זיך א מאזשגיעך. מאלקע האָט אים קיין איבעריקע מינוט ניט געלאַזט ליגן אפן סאמעט-ווייכן זאמד אונטערן אָפענעם הימל. װוּ ער זאָל זיך ניט געווען אויסבאהאלטן פון איר, האָט זי אים אָפּגעזוכט און אוועקגעפירט מיט זיך אונטערן טענט, אײַנטײלנדיק דערבײַ א כיילעק, לעמײַ ער פאר- געסט, אז אים איז שוין ניט קיין צוואנציק און אויך ניט קיין דרײַסיק יאָר. הײַנטיקס מאָל איז ער געפאַרן אף קוראָרט אָן דעם װײַב, ניט געווען אף װועמען איבערלאָזן דאָס אייניקל. די טאַכטער מיטן איידעם זײַנען אװעקגעפאָרן אין א , קרויז" איבער זיבן יאמען, װי זי זאָגן. אין די בריוו, וועלכע יויסעף האָט דאָ דערהאלטן פון מאלקען, האָט זי זיך געבעטן בא אים ראכמים, ער זאָל ניט ליגן אף דער זון. דערוף האָט איר אראָנאָוו געענטפערט, אז זי מעג זײַן רויִק, ער גייט קימאט ניט ארויס פון אונטערן טענט.

גאָר איבערגעטריבן איז עס ניט געווען. אראָנאָװון דוכט זיך אפילע, אז הײַנטיקס מאָל ליגט ער אפן פּליאזש אונטערן אַפענעם הימל װײניקער װי אין די פּאָריקע מאָל, װען ער האָט געהאט איבער זיך א מאזשגיעך. אופגעפירט האָט ער זיך אזוי, ניט װײַל מאלקע האָט אים אָנגעשראָקן. אראָנאָוו איז געווען א װאָרטסמאן. קוים האַט ער איר פארן פאָרן געגעבן דאָס װאָרט, האָט ער ניט געקאַנט אים ברעכן. מאלקע װאָלט סײַװי דאָך דערקענט, ווען ער האלט ניט װאָרט. לויט דער בראָנזענער אָפּגעברױנטקײַט װאָלט זי דערקענט.

00

זאָל זײַן, אז ער האָט אין די פריִערדיקע קוראָרטנע כאדאָשים זיך אזויפיל אָנגענומען באם יאם מיט זון, אז ס'איז גענוג געווען, ער זאָל איצט בלויז איין מאָל אונטערשטעלן א ביסל לענגער דאָס לײַב אונטער אירע שטראלן, אז דאָס פארבאָרגענע בערגעלע אונטערן גומען זאָל גלײַך געבן װועגן זיך צו וויסן, אָן קיין שום װייטיקן דערבײַ, בלויז מיט דער הארטקײַט זײַנעם.

-- גאַט מײַנער, -- האָט יויסעף פארקלערט א זאָג געטאָן צו זיך. מיט א געפאלן קאָל, -- איך האָב דאָך אָקאָרשט געהאט געזונגען און לאכלוטן גאָרניט געפילט. און איצט איז מיר שווער געװאָרן צו ריידן. זאָל זײַן, אז דאָס איז עס טאקע?.. מיר איז דאָך אפילע נאָך קיין פופציק ניט... װי נאריש דער מענטש איז צומאָל. געהאָפּט דערלעבן, סזאָל נאָר ניט זײַן קיין מילכאָמע, צו אורייניקלעך נאָך.

ארויסברענגען אף א קאָל, אז די מילכאָמע, וועלכע עס האָט פארפירט מיט אים הײַנט דאָס בערגעלע אונטערן גומען, האָט פארשטעלט מיט זיך אלץ, וועגן װאָס ער האָט דאַ ערשט ניט לאנג צוריק געהאט געטרוימט, און אז אים גייט איצט בלויז אָן די דאָזיקע מילכאָמע און ניט די, ועגן וועלכער ס'האָט נעכטן גערעדט דער לעקטאַר אין שטאָטישן גאָרטן, -- האַט ער אָבער ניט.

דער װעלאָסיפּעד האָט זיך לײַכט געװויגט, אונטערשטעלנדיק זײַנע ברייטע פּעדאלן, נאָר יויטעף האָט זיך צו זי ניט צוגערירט. ער האָט זיך אויך ניט צוגערירט צום רודער, פארלאָזט זיך אינגאנצן אף די כוואליעס, װאָס האָבן איבערגעגעבן איינער דער אנדערער אין רעשוס דעם ארומבלאָנדזשענדיקן װעלאָסיפּעד,

וי יעטווידער איינער אין אזא פאל, האָט אויך אראַנאָוו געגלייבט אין א נעס, געהאַפט, אז פּונקט אזוי פּלוצעם װי דאָס הארטע בערגעלע אונטערן גומען האָט זיך באוויזן, אזוי װעט עס אויך פּלוצעם ניט װערן, פארשווינדן, און דער יאם װעט פאר אים װוידער יאָמטעװו- דיק-פּײַערלעך לויכטן מיט ריינעם גאָלד, װאָס די זון קארגט אים ניט.

נאָר דער נעס, אף וועלכן אראָנאָוו האָט ארויסגעקוקט, געווארט, איז ניט געשען. דאָס שטײַפע בערגעלע אונטערן גומען איז פאר די עטלעכע מינוט, דאכט זיך, נאָך מער אויסגע- וואקסן, געװאַרן העכער, הארטער...

ווען יויסעף זאָל זיך געווען פרעגן, אף װאָס האָט ער אצינדער געווארט, װאָלט ער ניט געקאָנט זיך דערוף ענטפערן. ער האָט פּאַשעט אליין ניט געװוּסט. און װוען ער האָט א װײַלע שפּעטער א קערעווע געטאַן דעם װעלאָסיפּעד צום ברעג און אָנגעהובן האסטיק דרייען די פּעדאלן, האָט יויסעף נאָך קלאָר ניט באנומען, װוּהין אײַלט ער. אלנפאלס, ניט אין פּאָליקליניק. װאָס װעט זיך אייגנטלעך ענדערן דערפון, אויב ער װעט זיך דערוויסן מיט אֹ טאָג צי צוויי שפּעטער, װאָס עס דערווארט אים? מאלקע זײַנע..

עפשער גלײַכער טאקע, װאָס ער איז דאָס מאָל געפאָרן אף קוראָרט אליין. פון מאל- קען ער זאָל איר ניט אָנטאָן קיין לייד, װאָלט ער אלציינס ניט געקאָנט אויסבאהאלטן, װאָס איז זיך דאָ מיט אים פארלאָפן. ער װאָלט מיסטאמע אפילע ניט געפּרוװוט עס אויסבאהאלטן. זי װאָלט לויט זײַן ריידן גלײַך זיך אָנגעשטױסן, אז מיט אים איז געשען דאָס, װעגן װאָס זי האָט די גאנצע צײַט אים געװאָרנט...

באם אומקערן אף דער ,פּראָקאט"-סטאנציע דעם וואסער-װעלאָסיפּעד האָט אראָנאָוו ניט געדארפט גאָרניט צוצאָלן. פארקערט, סאיז אים גאָר ארויסגעקומען אױיסגאָב קימאט פאר א האלבער שאָ. אראָנאָװון איז עס אָבער ניט אָנגעגאנגען. ער װאָלט ניט פארפירט קיין כעזשבוינעס, ווען סזאָל אים געווען ארויסקומען פאר א גאנצער שאָ. פון פארלױירנקײַט האָט ער אין אײַלעניש אפילע פֿארגעסן אָפּנעמען אף דער סטאנציע דעם דאָקומענט, וועלכן ער האָט דאָרט איבערגעלאָזט פאר א מאשקן. דערמאָנט האָט זיך יויסעף דערפון, װען ער איז שוין געווען װײַט אָפּנעגאנגען פונעם פּליאזש.

-- אָן סאקאָנעס, -- האָט יויסעף א מאך געטאָן צו זיך, -- אויב כ'ועל אָפּנעמען מאָרגן. ער װעט פון מיר אין ערגעץ ניט אנטלויפן,

נאָר קימאט אין דער זעלבער רעגע איז ער שטיין געבליבן.

-- ווארט, ווארט. ביז וויפל דעם זייגער זײַנען אָפן די שטאָטישע אײַזנבאן-קאסעס?

קיין גרויסע האָפענונג קריגן א בילעט אף מאַרגן צי כאָטש אף איבערמאָרגן האָט יויסעף ניט געהאט. פונדעסטוועגן װעט ער א פּרוּוו טאָן. צוליב דעם איז אָבער נייטיק א דאָקומענט, אנדערש װעט ער ניט קאַנען אומקערן אין קאסע דעם בילעט, וועלכן ער האָט באצײַטנס געקויפט אף סאָף װאָך, ווען ס'ענדיקט זיך בא אים דער אורלויב. צו ענדע װאַר איז נאָך גאנץ לאנג. הײַנט איז ערשט מאַנטיק. װאָס האָט ער דאָ צו זיצן אזויפיל טעג! דער פּליאזש איז פאר אים פון הײַנט אָן אף שטענדיק שוין פארמאכט.

61

אזוי צי אנדערש, נאָר פונדאנען, פונעם הייסן זוניקן דאָרעם, דארף ער װאָס גיכער אנטלויפן. א באליביקער דאַקטער װעט אים זאָגן דאָס זעלבע, און ער האָט ניט נאָך װאָס צו שלעפּן זיך אין פּאַליקליניק. אויב אים װעט פונדעסטוועגן אויסקומען צוגיין אהין, איז בלויז צוליב נעמען דאָרט א צעטל אף צו װײַזן עס אין דער אײַזנבאן-קאסע, אז ער מוז דרינגענ- דיק אװעקפאָרן פונדאנען, כאָטש יויסעף פארשטייט, אז קיין דאָקטער, ניט דאָ און ניט ערגעץ אנדערש-ווו, װעט אים דעם עמעס ניט זאָגן. צי דִי האָפענונג אף א נעס האַט אים נאָך ניט אינגאנצן פארלאָזט, צי װײַל ער האָט דערפילט מיטאמאָל א מאָדנע אָפּגעשואכטקײַט, נאָר צוריק אף דער ,פּראָקאט"-סטאנציע נאָכן דאַקומענט האָט אראָנאָוו זיך ניט אומגעקערט, און צו די אײַזנבאן-קאסעס אין שטאָט אויך ניט פארקערעוועט, אָפּגעלײגט דאָס אלץ אף מאָרגן. ער װעט אופשטיין פרי, קאיאָר. סײַװי װעט ער די נאכט שוין ניט שלאָפן.

עס װאַלט געוויס געװוען גלײַכער, -- האָט יויסעף, לאָזנדיק זיך גיין אף זײַן קווארטיר, א טראכט געטאָן וועגן דעם שאָכן, מיט װועמען ער שטייט אײַן צוזאמען, -- אז ער זאָל אים ניט טרעפן אצינד אינדערהיים. דער קאָפּ און דאָס הארץ איז ניט דערבײַ אויסצוהערן די וויצן און שפּיצן, וועלכע שעפּן זיך בא יענעם ניט אויס. אייגנטלעך איז זײַן שאָכן אין די דאָזיקע שאָען זעלטן-װען אין שטוב. אָדער ער שפּילט ערגעץ אין טעניס אָדעֶר אין גאָ ראָדקי.

וי אפצולאַכעס האָט ער יעפים ליפּאָװיטשן גראדע יאַ געטראָפן אינדערהיים. יענער האָט זיך געייסעקט אפן הויף מיט דער באלעבאָסטעס ייַנגעלע, צורעכט געמאכט א מעכא- נישן שפּילצײַג -- עקסקאוואטאָר.

-- װאָס איז מיט אײַך? -- האָט דער שאָכן אים אָפּגעשטעלט, -- עפּעס זעט איר מיר הײַנט אויס זייער פארומערט. עפשער װידער געװוען אף א לעקציע װעגן דער געפאר פון אן אטאָמנער מילכאָמע?

פון דער רעגע, זינט יויסעף האָט דערפילט אינעם מויל דאַס געשווילעכץ, האָט די צונג ניט אופגעהערט ארומטאפּן דאָס הארטע קישעלע אונטערן גומען, נאָכאנאנד געהאלטן עס אין איין מעסטן, איבער דעם האָט ער שווער און ניט גאר קלאָר ארויסגעבראכט די ווער- טער. ער האָט אָבער גלײַך געפונען דערוף א טערעץ: |- -- מיר טוט מוירעדיק װײ א צאָן. כ'קאָן אזש דאָס מויל ניט עפענען.

--- מע דאַרף אײַך, קלער איך, ניט אונטערזאָגן, װאָס מע טוט אין אזא פאל. מע גייט פּאַשעט צו אין קליניק צו א ציין-דאָקטער.

-- איך בין שוין געװוען, -- און צוליגנדיק די האנט צו דער באק, פארקערעװועט צו זיך אינעם געדונגענעם צימערל.

אין געציילטע מינוטן ארום איז ארײַנגעקומען יעפים ליפּאָװיטש. |‏ -- נו? -- האָט ער פארזאָרגט געפרעגט, -- לײַכטער א ביסל? דער דאָקטער האָט אײַך מיסטאמע ארײַנגעלײגט אינעם צאָן מישיאק, אָפּצוטײטן דעם נערוו. לײַדט צו א ביסל. סזועט גיך דורכגיין. איצטער זעט איר, װאָס דער מענטש איז? ס'איז גענוג, אז סזאָל אים נעמען עפּעס װײ טאָן, גייט אים, אויסער דעם אייגענעם װײיטיק, מער קיין זאך ניט אָן. איך מיין ניט, /אז אײַך זאָל איצט ליגן אין זינען די נעכטיקע לעקציע, פון וועלכער איר זײַט 'געקומען אזוי צעטראָגן. אײַך גייט איצטער אָן, שטעל איך זיך פאָר, דער װיײיטיק אינעם רעגיאָן פונעם אייגענעם צאָן פיל מער, װי די גלאָבאלקײַט פון א נײַער מילכאָמע, אין װאָס איך הייב ניט אָן צו גלייבן. און זאָגן אײַך דעם עמעס, בין איך אין גרויסן סאָפּעק, צי גופע אליין דער לעקטאָר, װעלכער האָט געהאלטן נעכטן דעם פאָרטראָג, גלייבט איבעריק דערינען. ניט גוט, פארשטייט זיך, ווען ס'נעמט דיר עפּעס וויי טאָן. קאַלזמאן אָבער דיר שטערט גאָר- עִיט, דארף מען האנאָע האָבן פונעם לעבן. צוליב דעם אייגנטלעך לעבט דאָך דער מענטש..

ניט צום ערשטן מאָל הערט דאָס אראָנאָוו פון אים. נאָר וויפל אָט דער געבילדעטער יונגערמאן זאָל עס ניט איבערכאזערן, װעט ער אים אין דעם סײַװי ניט איבערצײַגן. יויסעפן :דוכט זיך,אז יעפים ליפּאָװיטש כאזערט עס אָפט איבער ניט אזוי פאר אים, װי גופע פאר זיך, ער וויל אפּאָנעם אין דעם אײַנרײדן זיך אלײַן און דערמיט באזײַטיקן פון זיך אלץ, װאָס ;קאָן אים מיט עפּעס שטערן אומבאגרענעצט האנאָע האָבֿן פונעם לעבן. אים, אלנפאלס, יויסעפן, װעט דער שאָכן ניט אײַנרײדן, אז ער פירט זיך אוף אזוי ניט בלויז אף קוראָרט -- ילייענט ניט, װי ער זאָגט, קיין צײַטונגען, הערט ניט קיין ראדיאָ, גייט ניט אף קיין לעק- ציעס -- נאַר פירט זיך אוף אויך אזוי אין די איבעריקע עלף כאדאָשים פון יאָר.

וװיָאזוי ס'זאָל ניט זײַן, נאָר אראָנאָוו האָט מיט קיין איינציק װאָרט ניט ארויסגעגעבן,

4* 62

װאָס קומט מיט אים פאָר, ניט געװאָלט פארשטערן דעם לוסטיקן יונגנמאן האנאָע האָבן פונעם לעבן.

אין א שטיקל צײַט ארום איז דער שאַכן װידעראמאָל ארײַן צו יויסעפן.

-- װאָס קלײַבט איר זיך טאָן הײַנט אין אָװנט? -- האָט ער, שטייענדיק נאָך אף דער שװעל, א פרעג געטאָן, -- זיצן אָט אזוי-אָ און זיך צוהערן צום צאָן? מענטש איינער. װאָס װײניקער איר װעט זיך צו אים צוהערן, אלץ װײניקער װעט ער אײַך דערקוטשען. װײסט איר גאַר? לאָמיר זיך הײַנט ארײַנכאפּן אין רעסטאָראן, א קוק טאָן דאָרט די וואריעטע. בא אונדז אין שטאָט איז קיין וואריעטע ניטאָ און כ'מיין, אז בא אײַך איז עס אויך ניטאָ. איז גייען מיר? מע דארף ארײַנכאפּן, קאַלזמאן מע איז הי. וויפל איז אײַך נאָר געבליבן דאָ צו זײַן?

-- כווייס ניט.,

-- איר קלײַבט זיך דאָ נאָך א ביסל פארהאלטן?

-- פארקערט. אויב איך װעל קריגן אף מאָרגן א בילעט...

יעפים האָט דערשטוינט אים אָנגעקוקט:

-- בא אײַך האָט עפּעס געטראָפן אינדערהיים?

-- ניין,

-- פונדעסטוועגן.. גלאט אזוי קאָן דאָך ניט זײַן. עפּעס האָט מיסטאמע פּאסירט.

-- ס'האָט גאָרניט פּאסירט, -- יויסעפן איז געװאָרן נאָך שווערער אויסבאהאלטן פונעם שאָכן די אַנשטרענגונג באם ארויסברענגען איטלעכט װאָרט. -- ס'איז מיר פּאַשעט דערעסן געװאָרן ארומגיין א כוידעש צײַט פּוסט און פּאס. מיר איז דאָ אלץ דערעסן געװאָרן.

-- אפילע דער יאם?

-- יאָ. אפילע דער יאם.

-- אָט דאָס, זעט איר, גלייב איך שוין ניט. דער יאם קאָן ניט דערעסן. ניט מיך, יויסעף מארקאָוויטש, נארט מען. איך זע דאָך נאָך אײַך, אז איר באהאלט פון מיר עפּעס אויס. ס'איז אײַער זאך. איר װוילט ניט זאָגן, איז ניט. סאָפקאָלסאָף גייט עס מיר ניט אָן.

אראַנאָוו האָט אַבער ארויסגעזען, אז יעפימען גייט עס יאָ אָן. בא אים האָט זיך מיט- אמאָל װי געענדערט די שטים, פארלאָרן איר האָפּערדיקײַט. יויסעף האָט בלויז ניט אינ- גאנצן נאָך באנומען, צי קומט עס פון באליידיקונג, װײַל מע טרויט אים ניט אָן, צי פון מיטגעפיל צו זײַנע ליידן. צוליב דעם, ער זאָל אומקערן דעם שאָכן די אופגעלעבטקײַט, מיט וועלכער ער איז אהער ארײַן, האָט יויסעף זיך באמיט אפילע א שמייכל טאַן:

-- אומזיסט קלערט איר, יעפים ליפּאָװויטש, אז איך באהאלט עפּעס אויס פוּן אײַך. כ'האָב זיך פּאַטעט פארבענקט אהיים. אלע יאָר פאָר איך אף קוראָרט מיטן װײַב, באמערק איך ניט װי ס'לויפט דורך די צײַט. אָבער אז מע איז אליין... װי מיינט איר, מיר װעט זיך אײַנגעבן איבערבײַטן דעם בילעט אף מאָרגן, צי אין עקסטן פאל, אף איבערמאָרגן?

יעפים האָט א פיר געטאָן מיטן אקסל, סהאָט געקאָנט הייסן: װי קומט גאָר, איר זאָלט אזעלכס פרעגן. איר װײסט ניט, אז אין די קוראָרטנע כאדאָשים באשטעלט מען א בילעט אמװייניקסטנס מיט א צען טעג פּריַער? נאָר אף א קאָל האָט יעפים עס ניט ארויסגעבראכט, אף א קאָל האָט ער אים געזאָגט:

-- צופעליק קאָן אלץ טרעפן, איך גלייב אָבער ניט איבעריקס שטארק אין קיין ניסים. נו, און איר?

אף דעם האָט אים אראָנאָו גאָרניט געענטפערט.

אין דרויסן איז שוין געווען רעכט טונקל, נאָר אראָנאָוו האָט די שײַן אין צימער נאָך אלץ ניט אָנגעצונדן. ער איז געזעסן באם פענצטערל, ארויסגעקוקט צום ערטערװײַז שוין אויסגעשטערנטן הימל, און װעגן װאָס ער זאָל ניט געווען זיך פארקלערן, האָט באלד גע- געבן װעגן זיך א דערמאָן דאָס הארטע בערגעלע אונטערן גומען, ניט געלאָזט אָפּפירן פון זיר די שווערע געדאנקען אין א זײַט, צו דעם, װאָס האָט צום געשעענעם הײַנט מיט אים קיין שײַכעס ניט.

פאר די עטלעכע דורכגעגאנגענע שאָ, זינט אראָנאָוו האָט פּלוצעם דערפילט בא זיך אינעם מויל-כאָלעל אָט דאָס בערגעלע, האָט זיך עס פארוואנדלט פאר אים אין א הויכן בארג, װאָס קאָן מיט זיך אלץ פארשטעלן. ס'איז, דאכט זיך, שוין ווירקלעך אזוי. אים גייט איצט קיין זאך ניט אָן, אויסער װי אָט דאָס הארטע קישעלע אונטערן צונג, װאָס אין פאר- גלײַך דערמיט, װעגן װאָס ס'האָט נעכטן גערעדט דער לעקטאָר, איז עס ניט מער װי א זעמדעלע. דאַס זעמדעלע האָט אָבער געטראָפן אין אים און דערמיט איז עס פאר אים גע-

03

װאַרן דאָס סאמע גרעסטע, דאָס סאמע וויכטיקסטע... קיינער קאָן אים דערפאר ניט מאכן שולדיק. אזוי איז שוין אפּאַנעם דער מענטש, װער עס זאָל ניט זײַן.

דערין, אז ער װעט שוין הײַנט ניט צומאכן מיט קיין אויג, איז אראָנאָוו געווען זיכער. און אָפּזיצן א נאכט אָט אזוי באם פענצטערל װעט ער דאָך אויך ניט. מע דארף כאָטש װי- ניט-איז דורכשטופּן ערגעץ א פּאַר שאָ. מעגלעך, ער האָט ניט געדארפט זיך אָפּזאָגן צוגיין מיטן שאַכן אין רעסטאָראן. עסן דארף ער דאָך.

די קאפע, װוּ יויסעף האָט דאָ די גאנצע צײַט זיך געשפּײַזט, איז ניט װײַט פונדאנען. אים זײַנען אַבער אף אזויפיל שוין דערעסן איינע און די זעלבע פרישטיקן,